For All Funny and Odd News

image

סיריעסלי??? מענטשן זענען אזוי משוגע? מענטשן זענען אזוי פאר’נער’ט? מ’קען אונז טאקע אזוי פירן ביי די נאז? טויזענטער אידן גייען זיך באלד פארזאמלען אין מאנהעטן צו א עצרת/פראטעסט וועגן די גיוס בני ישיבות אין ארץ ישראל, איך זאג נישט אז ס’איז נישט קיין פראבלעם באט איין מינוט די אלע בחורים דא אין אמעריקע זענען שוין קער גענומען? יעדע ווייסט גאנץ גוט וויאזוי די מצב מיט ישיבות אין אמעריקע קוקט אויס, הונדערטער בחורים דרייען זיך אויף די גאסן און נאובאדי קעירס (חוץ די צובראכענע עלטערן וואס קענען גארנישט טוען) ווען א מנהל האט א פראבלעם מיט א בחור איז די ערשטע אפשען “ארויס” און קימערט זיך נישט מיט די געפילן פון די עלטערן, וויפיל אידישע שטובער גייען צוגרינד א דאנק דעם, דו האסט א פראבלעם מיט א בחור נעם קער דערפון, ארבעט מיט אים, פאר א סיבה ביסטו מנהל, אויב איז די סאלושען ווארפן קען מען נעמען דער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער זאל ווערן מנהל, און נאכדעם זענען די רבנים פארנומען ביי די דרשות אז “די דורות פאלן”

האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם שטיין ביים בארטן פון ים און אריין ווארפן מענטשן אין וואסער און נאכדעם שיקט ער מענטשן זאלן שטיין ביי די אנדערע עק ים און ארויסראטעווען די מענטשן, אייזל דו ווארף נישט אריין וועסטו נישט דארפן ראטעווען, “מאך נישט חרוב וועסטו נישט דארפן ראטעווען” אזא פנים טראג מיר ליידער… וויפיל פון די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אז מ’זאל גיין צום עצרת היינט זונטאג האבן אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער איבער די מצב הישיבות דא אין ניו יארק? אהה ס’ברענגט דיך נישט גענוג אטענשאן און כבוד? וויפיל בחורים אויפן גאס גייען צוגרינד ברחניות ובגשמיות א דאנק דעם? וויפיל בחורים דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו האלטן אידישקייט? אבער אונזער פראבלעם איז די בחורים אין ארץ ישראל… איך האב א חבר וואס האט האט זיך געמוטשעט מיט זיין בחור מ’האט אים געטראסקעט פון ישיבות און ענדליך האט זיך איין ישיבה מרחם געווען און מיט גרויס פראטעקציע אנגענומען זיין בחור אין ישיבה, און ברוך השם זיין בחור האט זיך געשטעלט אויף די פיס און איז אויסגעוואקסן צו גאט און צו לייט, אבער ליידער ליידער רוב עלטערן האבן נישט די זעלבע מזל ווי יענע טאטע, מ’ווארפט ארויס די בחור פון ישיבה און פון דארט איז געים אווער, פון דארט גייט שוין אלעס מטה מטה. זיי שוין נישט אזוי פארנומען מיט אינטערנעט און צניעות א.ד.ג נעמטס קער פון די מצב הישיבות אפילו ס’גייט דיך נישט ברענגן אזויפיל כבוד און אטענשאן.

ביי מיר אין ארבעט איז דא א איד ער איז א סאטמערע חסיד פון ר’ אהרן וואס האט זיך צו מיר אויסגערעדט לעצטענס אז זיין 20 יעריגע בחור גייט אים צוגרינד, מ’האט ארויסגעווארפן זיין גאנצע עידזש פארן בלויזן חטא פארן זיין אלטע בחורים (צוואנציג יאר הייסט שוין אלט…) און געפענט א ביהמ”ד אינמיטן שטאט גייטס ענק אהין לערנען. דער טאטע זאגט מיר מיט טרערן זיין בחור איז געווארן דיפרעסט ווי א רוח, ער האט שוין נישט קיין שום רילעישאן שיפ מיט זיין בחור, שדכנים הערן אים שוין נישט אויס ווייל ער האט א “ארויסגעווארפענע בחור” און די טאטע מאמע פונעם בחור מאכן נאס דעם קישן יעדן נאכט, פרעג איך דעם טאטן פארוואס ביסטו נישט אריין צו דיין רבין? זאגט מיר דער טאטע איך בין שוין אריין צוויי מאל צום רבין און די רבי האט מיר גאר אנגעשריגן… עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? די טאטע איז גאר שולדיג… און דער ר’ אהרן האט א אישו מיט די בחורים אין ארץ ישראל און געהייסן זיינע חסידים איש בעל יעדר אז מ’זאל זיך משתתף זיין ביי די עצרת היינט, האלא? האסט שוין קער גענומען פון דיינע בחורים דאהי? און די זעלבע מיט אלע אנדערע רבנים.

image

וואס זענען מיר פארנומען מיט די בחורים אין ארץ ישראל? לאז די רבנים פון דארט קער נעמען, נעמטס קודם קער פון די בחורים דא אין ניו יארק, די בלוט פון די בחורים אין ארץ ישראל זענען עפעס רויטער ווי די בלוט פון די בחורים אין ניו יארק? און דער עולם גולם גייט נאך… מ’וואלט געדארפט באקאטירן אזא עצרת, קודם זאלן די אלע קארופטירטע רע-בנים-/מחנכים/מנהלים אפווישן זייערע אייגענע שמיץ. אפשר זאלן די רבנים פון ארץ ישראל מאכן א עצרת אין ככר השבת איבער די מצב דאהי אין ניו יארק?

גענומען פון די וואטסאפפ כוואליעס

Advertisements

image

ביי חסידים ווייסט מען אז מיט א לחיים קען מען אלץ פעולן זאל חלילה נישט זיין וואספארא צרה, א שטיקל לקח און ברוינפן קען שפאלטן הימלען

ענדליכס האט פאסירט ביי א פרוי פון טינעק ניו דשורזי וואס איר הויז איז געשטאנען פאר פארקלאושער און מיט א שטיקעלע לקח איז זי געהאלפן געווארן מאפילה לאורה

יארע צוויי טויזענט און ניין למספרם: ענדשעלע לאגען א פרוי פון טינעק ניו דשורזי האט זיך זייער געמוטשעט מיט פרנסה און נישט געקענט באצאלן איר מארגעדש ביז די באנק האט איר געגעבן א דאטום ווען איר הויז גייט ארויפגיין פאר פארקלויזשער

אזויווי עס איז דאן געווען זייער שווערע אקאנאמישע און קיין געלט צו באצאלן האט זי נישט געהאט אבער וואס זי האט יא געהאט איז א ספעציעלע רעסעפי פאר א דעלישעס רייכע קעיק אנגעפילט מיט רויטע עפל טשיז קריעם

image

כדי צו ראטעווען איר הויז האט זי זיך אינטערגענומען צו באקן און פארקויפן איר באוואוסטע באליבטע טארט פארן ברייטן ציבור אלץ א לעצטע פראוו צו ראטעווען איר הויז און זי האט א נאמען געגעבן דעים קעיק “עפל מארגעדש פיי” איר חשבון איז געווען צו פארקויפן 10 אזאנע פיי’ס יעדן טאג פאר 10 טעג פארן פרייז פון $40 א פיי

image

(דא קענט איר זיך איינהאנדלען אזא קעיק
http://www.maccakes.com/order.html
מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקיייט איבער די פארלעסליכקייט פון די כשרות דערפון)
image

נייעס אגענטורן פון איבער די וועלט האבן אויפגעשפילט איר מעשה איבער די פארקלאושער און אז זי וויל זיך ראטעווען דורכן פארקויפן די “עפל מארדגעדש קעיק” וואס האט ווי פארשטענדליך איר געברענגט אומנאטורליכע פאבליסעטי וואס דאס האט געברענגט אז חוץ וואס טויזענטער מענטשן פון איבער די וועלט זאלן זיין אינטערעסירט זיך איינצוהאנדלען אזא קעיק איז זי געווארן זייער פאפולער און זי באקומט שווערע געלטער אויפצוטרעטן אויף פארשידענע נייעס אגענטורן צו פארציילן איר מעשה

ען-בי-סי וואס האט אויך פאביליצירט די געשעהניש האט געזאגט אז טויזענטער ארדערס זענען דאן אריינגעקומען בלויז פון זייער לינק פון וואס מהאט געקענט באשטעלן א קעיק

image

image

ענדשעלע לאגען זאגט אז ווען זי האט אנגעהויבן באקן צילוב די חובות אין איר קליינע קאך אין טינעק ניו דשורזי עטליכע יאר צירוק האט זי זיך נישט פארגעשטעלט אינעם ווילדסטן חלום אז זי גייט נאך איינטאג אריינלייגן לאנגע שעות און פירן א ריזיגע עסן פארבריק

אין די יעצטיגע טעג ארבעט א פראמינאנטע נייעס אדימיסטראציע איבערצושפילן די פאסירונג ווי זיי זענען גרייט צו צאלן א הון רב פאר איר.

מאשפות ירום אביון זאל טאקע השי”ת אינז אלע ארויסנעמען פון אינזערע קלעמען און אינז דערהייבן יעדן בפרטיות אמן

ריפארט ביי הרב הצדיק

image

אין אפריקע ביים ווינקל פון דרום טוניזיע. נישט ווייט פונעם גרעניץ פון ליביע. זיצט זיך א קליין שיין אינזל מיטן נאמען דזשערבא. דארטן וואוינען אידן העכער 2 טויזענט יאר. נאך איידער חורבן בית ראשון, זיי האבן אנגעהאלטן מיט די אלטע מסורה מיט גרויס עקשנות און שטארקייט דורכאויס אלע שווערע גלות יארן.

image

אן אלטער שול אין דזשעברא

image

די נייע מיימאנידיס ביהמ”ד אין דזשעברא וואס די עגיפטישע רעגירונג האט באצאלט איבערצובויען

image

יודן אין דזשעברא

image

רבי גינעס בערנהיים א וועלטליכע בעל משפיע רעדט צו דזשעברא יודן

ווי אין די גאנצע וועלט איז דארט אויך געווען איינגעפירט יארן לאנג אז מען פלעגט כאפן די שווארצע און זיי פארקויפן אלס קנעכט דער סדר פלעגט זיין אז אפאר שטארקע מענטשן פלעגן זיך אראפלאזן אין די שווארצע געגנטער און פארכאפן מענער פרויען און אפי’ קינדער זײ האבן זיי געפירט צו דעם ספעציעלן מארק פאר קנעכט וואס מען האט גערופן שוק העבדים אדער אויף אראביש סוק אל-ברכה און דארטן האט מען ליציטירט דעם געפאנגענעם ביז דער וואס האט אנגעגעבן דעם העכסטן פרייז האט אים אפגעקויפט אלס אן אייביגער קנעכט
image

א קנעכט יריד אין אמעריקע

image

א קנעכט געשעפט אין אמעריקע

image

אן עדוועטייזמענט “קנעכט צום פארקויפן”

אינעם יאר תר”ו לפ”ק איז געווען דארט דער רב א הייליגער געטליכער מאן רבי שאול הכהן זצ”ל אײן טאג אריבערגייענדיג אין מארק פון די קנעכט האט ער געהערט ווי מען קלאפט און פויקט ווי דער מנהג איז געווען ווען מען האט געוואלט עפעס אויסרופן מען האט געמאלדן אז לויטן שטרענגען באפעל פונעם אחמד פאשא דער ערשטער איז פארבאטן יעדע סארט האנדל מיט קנעכט ווער עס פארמאגט א קנעכט מוז אים תיכף באפרייען גענצליך אומזיסט
image

די צייטונגען באריכטען די פרייהייט געזעצן

image

עמאנציפאציע פראקלאמאציע פון פרעזידענט קלינטן ווי ער דערקלערט פרייהייט פאר די שווארצע קנעכט
(Emancipation Proclamation)

דער רב הערענדיג דעם נייעם באפעל איז געבליבן שטיין געפלעפט און געפרעגט מה היום מיומים אז מען האט איבערגעדרייט סדרי בראשית?  וואס האט דא פאסירט? האט מען אים געענטפערט אז די גרויסע וועלטסמאכטן האבן מחליט געווען זיך אנצונעמען פאר די קנעכט זיי האבן באשלאסן אז די שווארצע זענען בארעכטיגט צו זיין ווי יעדן אײנעם גלייך די ווינטן פון פרייהייט האבן זיך שוין געהאט צושפרייט און אויך דערגרייכט אזש ביז צו די ברעגעס פון דעם ווייטן אינזל

וויבאלד דער רב האט דאס דערהערט איז ער תיכף בלאס געווארן אינגאנצן דערציטערט און ער האט אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין ער איז אנגעקומען אהיים ווי א אבל רח”ל

image

זיצט ער אזוי מיט איין האנט אנגעכאפט דעם קאפ און מיטן צווייטן רייסט ער די האר פון קאפ שרייענדיג א ביטערע גרויסע געשריי זיינע ביטערע געוויינען און קרעכצן פון טיפעניש פון הארץ האבן דערגרייכט צו די אויערן פון אלע ארומיגע ביז די גאנצע קהילה איז געקומען צו לויפן. הערענדיג ווי זייער באליבטער רב געפונט זיך אין אזא שרעקליכע מצב

שטייען זיי אזוי מיט ציטער און שרעק און קענען נישט עפענען דאס מויל פון פחד צוביסלעך האבן זיי גענומען שטיל שושקענען צווישן זיך פרעגענדיג איינער דעם אנדערן וואס איז דא געשעהן? וואס האט פאסירט?

זעענדיג זייער גרויס וואונדער האט דער רב זיי ערקלערט מיט א גרויס געוויין, איר האט נישט געהערט דעם כרוז היינט אין מארק?
האבן זיי זיך נאכמער געוואונדערט האט דען דער רב קנעכט אדער דינסטן אז ער איז אזוי צובראכן?!

אויף דעם האט דער רב גענומען שרייען מיט א ביטער הארץ. הערט אויס מיינע ליבע ברודער און פריינט ווער זענען דאס די קנעכט און דינסטן? זיי זענען דאך מבני חם וואס אויף זיי איז נגזר געווארן שוין טויזענטער יארן “עבד עבדים יהיה לאחיו”  און אט דא זעען מיר אז דער בורא עולם האט זיך אויף זיי יא מרחם געווען און געדענקט צום גוטן און אויפגעוועקט די פעלקער צו צוזעהן זייער פיין און ווייטאג זיי צו באפרייען “איז אויב אזוי ווי זאל איך שווייגען און נישט פארפירן ווען אונזער הייליג און טייער פאלק קינדער פון אברהם יצחק און יעקב אמת’ע בני מלכים אנשטאט מיר זאלן זיין די אויסדערוועלטע מכל העמים זענען מיר דערנידערט ביזן גרונד אנשטאט מיר זאלן ווערן אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות זענען מיר נאך אלץ צו שאנד און צושפאט אין די אויגן פון אלע פעלקער פון די וועלט עס איז שוין באלד צוויי טויזענט יאר און מיר זעען נאכאלס נישט קיין שיין פון אונזער ישועה”

די הארציגע ווארעמע ווערטער האבן טיף אריינגעדרינגען אין די הערצער פון די פארזאמעלטע אידן זיי זענען נתעורר געווארן פון דעם ביטערן מצב וואס כלל ישראל געפונט זיך און האבן אייגעזעהן די ריכטיגקייט פון דעם רב’ס ווערטער זיי האבן אלע פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם ביטערן בראך פון אידישן פאלק

דער רב האט ווייטער ממשיך געווען:
וויסן זאלט איר איר אז מיר זענען אליין שולדיג ווייל מיר האבן נישט צו געהערט צום באשעפער אויב וואלטן מיר ריכטיג תשובה געטוהן איז דאך דעם באשעפערס האנט נישט קורץ אויך אונז צו העלפען האט ער אונז דען נישט אויסגעלייזט פון גלות מצרים גלות בבל און אזוי אויך דורכאויס אלע צייטן האט ער אונז געהאלפן ביד חזקה מיט זיין גרויס רחמנות

אזוי אויך היינט שטייען מיר אין דעם ביטערן גלות שוין אזוי לאנג בלויז ווייל מיר קערן זיך נישט צוריק צום באשעפער און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר ווערן נישט געהאלפן ווייל מיר מאכן זיך נישט וויסנדיג פון השי”ת’ס רופן דער באשעפער האלט אונז נישט אין גלות קיין איינציגע רגע אומזיסט און איבעריג דעריבער דארפן מיר זיך טאקע איינבעטן ביי אים ביז ער וועט אויך אויף אונז זיך דערבארעמען און אונז אויסלייזן
אזוי האט דער רב גערעדט מיט זיין גאנצן כח און געפיל ווען פון זיינע אויגן פליסן זודיגע טרערן ביז ער איז פון אזויפיל וויינען אפגעשוואכט געווארן ער האט נישט געקענט מער רעדן און פון גרויס חלשות האט ער צוביסלעך איינגעדרימלט…

שטייט דער גאנצער עולם און קוקט אויף זייער הייליגן מנהיג אפשר וויל ער נאך עפעס רעדן אדער זאגן, אבער נישט ווילנדיג שטערן דעם רב האבן זיי זיך צוביסלעך ארויסגעשארט שטילערהייט אנזאגנדיג די חשובע רעבעצין צו האלטן א וואכזאם אויג אויפן רב ער זאל חלילה נישט צוזאמפאלן פון גרויס ווייטאג

אזוי קוקנדיג אויפן רב דערזעהט זי פלוצלינג ווי דער רב’ס פארוואלקנטע פאר’צער’טע פנים געבט א לייכט אויף מיט א געוואלדיגע גרויסע שיין, און אויף זיין הייליגע צורה שפרייט זיך אויס א ברייטע שמייכל זיין שווערע אטעם ווערט רואיגער און צוביסלעך וועקט ער זיך אויף מיט א גרויסע שמחה. עס האט אויסגעזעהן ווי עס איז פריער בכלל נישט פארגאנגען אזעלכע געוויינען און געשרייען.

האט זיך דער רעבעצין געווענדט צו אים מיט גרויס וואונדער. וואס איז דא געשעהן? דו ביזט דאך איינגעשלאפן מיט אזא מין ווייטאג און צער, ווי איז דאס פארשוואונדן.? און פארוואס אינמיטן שלאף האט דיין פנים אזוי אויפגעלאכטן?

רופט זיך די רב אן “איך וועל דיר אלעס מסבר זיין טייערע רביצין,
וויסן זאלסטו, אז פון הימל האט מען געזעהן מײן גרויס צער און ווייטאג, איז מען געקומען מיר טרייסטן אין חלום. מען האט מיר מודיע געווען אז עס איז שוין גאר נאנט צו די גאולה שלימה, און עס וועט נישט געדויערן אזוי לאנג ביז די אידן וועלן געהאלפן ווערן מיט א גאנצע ישועה, ושבו בנים לגבולם.”
האט זי געוואלט וויסן “וועלן מיר נאך זוכה זיין דאס צו זעהן מיט אונזערע אויגן”? 
ניין האט ער געענטפערט
האט זי ווידער געפרעגט” אבער אונזער זוהן משה וועט יא דערלעבן צו דעם?”
האט דער רב געשאקלט מיטן קאפ און זיך אנגערופן: “אויך ער וועט נישט זוכה זיין דערצו, נאר דאכט זיך אז אין אונזערע אור אור-אייניקלעך’ס צייטן וועט דער אייבירשטער זיך מרחם זיין און אויסלייזן כלל ישראל.”
השי”ת זאל העלפן אז זיין הייליגע זעהונג זאל מקיום ווערן אינגיכן אין אונזערע צייטן בב”א.
image

מיר דערמאנען זיך צירוק די גוטע צייטן ווען מיר פלעגן פראדוצירן אינזערע מייסטערווערק מיט פאפיר פון א אויסטערלישן שיפל ביז אן אויגפארכאפענדע עראפלאן

image

אויב האט איר נאך קיינמאל נישט געמאכט א פאפיר שיפל אדער עראפלאן פשוט ווייל איר ווייסט נישט וויאזוי דא האט איר די פינקטליכע אינסטראקציעס

פאר א שיף
http://www.texaskate.com/tutorials/paperboat.htm

פאר א עראפלאן
http://tinkerlab.com/how-to-make-a-paper-airplane/

image

אין די איצטיגע טעג איז אין די נייעס א כינעזער ארטיסט לי האנגבו וואס פראדוצירט אויסטערלישע מייסטערווערק אין אינטערעסאנטע סטאטוס און צורת און אין נאך אינטערעסאנטע פארעמעס וואס קוקט אויס ווי סאיז געמאכט פון סאלידע שטיינער אבער אין פאקט איז עס פון בלויזע פאפיר און עס בייגט זיך זייער גרינג בלויז מיטן אויפהייבן א חלק דערפון

האנגבו באניצט זיך מיט בערך צוואנציג טויזענט פאפירן צו מאכן איין אזא סקולפטור

image

image

image

image

“מיינע סקולפטורן קענען ווערן געריקט געבויגן געדרייעט און אויסגעצויגן אין אלע וועגן און צום סוף וועט עס צירוקגיין צום געהעריגן פארעם פון ביפאר” זאגט האנגבו

האנגבו זאגט אז סנעמט אים הינדערטער שעות צו פארענדיגן אזא סקולפטור און אין עטליכע פעלער קען עס נעמען לאנגע חדשים צו פארענדיגן איין אזא פאפיר מייסטערווערק סקולפטור

האנגבו זאגט אז ער דארף ארבעטן אויף די צענטער באזע פונעם סקולפטור אז סזאל זיין פינקטליך ווי עס באדארף צו זיין צילוב וואס די סטרוקטור איז בייגעדיג און אויף איז די צענטער נישט פערפעקט וועט זיך עס אסדר גליטשן.

ביי הרב הצדיק

image

א מאן האט אריינגעשמעטערט אין א גאז סטאנציע אין קענעטיקוט אלעס פאר א בלויזע באנאנע

ניואינגטאן פאליציי זאגט אז א לאקאלע הינגעריגע קרימינאל האט אריינגעקרעשט זיין קאר אין די פאדערשטע אריינגענג טירן פונעם סערוועס סטאנציע בלויז צו גנב’ענען א באנאנע

די מאן האט שנעל אריינגעבעקט זיין פארד פריסטייל עס-יו-ווי אין די גראטעס פונעם סיטגאו געז סטעישאן ער האט פארשטייט זיך אריינגעקראכט אינעם גלאז, און ער האט זיך גענומען צום עבודה

אבער נישט ווי ערווארטעט פון אזא גנב צו גיין צום געשעפטס קאסע אדער צו אנדערע ווערטפולע חפצים האט ער באשלאסן צו באראבעווען א באנאנע ער האט געכאפט איין באנאנע פונעם פאליצע עס אפגעשיילט און אריינגעביסן דערין (אן א ברכה) און עס פארציקט און ניטאמאל פרובירט זיך צו באהאלטן פון די זיכערהייט קעמרא וואס האט אפגעכאפט א קלארען בילד פון אים

די זיכערהייט אלארעם האט זיך הילכיג צופיפן אבער אין די צייט וואס די פאליציי זענען אנגעקומען איז דער בחור שוין נישט געווען צום געפינען

דער פארברעכער איז אידענטיפיצירט געווארן אלץ א טינקל הויטיגער מאן מיט א טינקעלן אויבערראק און טינקעלע הויזן מיט א ברוינעם היטל

קיין שום אנדערע זאכן פונעם געשעפטל איז נישט גע’גנב’עט געווארן בשעתן רויבעריי

ריפארט ביי הרב הצדיק

image

די קאלאראדאו טראנספאטאציע דיפארטמענט זענען געווארן אביסעלע מער פארגעשריטן און האבן באשלאסן אז מיטן טוישן די מייל צייכענונג סיין מיט א הינדערטסטל פון א מייל וועט עס צירוק האלטן גנבים פון גנב’ענען דעם שילד

די 420 מייל מארקער האבן זיי פלאצירט מיט א 419.99 מייל מארקער צו פארמיידן פון עס גע’גנבעט ווערן

עס איז ווייניגער פון צוויי וואכן זייט מארחואנא דראגס איז גאווארן ליגאל זיך צו באניצן דערמיט אין קאלאראדאו און די שטאט מוטשעט זיך שוין מיט די קאנסוקווענצן דערפון

420 איז א סימבאלישע נאמבער פאר די פארדראגטע חברה (פרעגט מיר נישט פארוואס ווייל איך ווייס נישט און וויל נישט וויסן) און דאס רייצט זיי אן צו אראפ פליקן די סיינס פון ווי עס באדארף צו זיין

די 420 מייל צייכענער אויפן אינטערסטעיט 70 איז שוין גע’גנבעט געווארן עטליכע מאל ביז די חכמי העיר האבן באשלאסן צו נעמען שריט אז סזאל נישט נאכאמאל פארסירן

די נייע סיין וואס מען האט געשטעלט א פינטש פאראויס און עס שטייט דערויף 419.99 וועט האפענטליך נישט זיין אזוי צוציענד

אמי פארד די CDOT ווארטזאגער זאגט “אינעם פארגאנגענהייט אויב איז א סיין גע’גנבעט געווארן צופיל מאל איז עס מער נישט ריפלעיסט געווארן, מיר פרובירן יעצט צו ארבעטן אויף א נייע וועג צו פארמינערן אזאנע פעלער אינעם צוקומפט”

לצנים זאגן אז מען דארף מער מורא האבן אז גנבים זאלן נישט גנב’ענען די נייע 419.99 סיין צילוב די מאדנע חלק דערפון און צילוב דאס אז סאיז געווען אויף די נייעס און עס האט באקומען יחוס עצמו

ריפארט ביי הרב הצדיק

image

אזויפיל ווי הינדערט און פופציג קארס האבן זיך ציזאמגעשטויסן און צענדליגע מענטשן זענען פארוואונדערט געווארן בשעת די שרעקליך קאלטע וועטער פאריגע וואך אין לעיקוואוד ניו דשורסי לויט רעטונגס איינגעטורן

פארגאנגענע פרייטאג איז אריין אין די רעקארדירטע היסטארי אלץ די ערגסטע טאג פאר ראוד עקסידענטן אין לעיקוואודס היסטאריע

איינע פון די צענדליגע פארוואונדערטע מאטאריסטן איז די מעיאר פון לעיקוואוד הרב מנשה מיללער ני”ו לרפואה שלימה וואס איז אריינגעפירט געווארן אינעם לאקאלע שפיטאל נאך וואס זיין קאר האט זיך אראפגעגליטשט פונעם דרך הישר און אריינגעקראכט אין אן אנדערע גליטשענדיגע קאר

הרב מיללער איז געשעדיגט געווארן בשעתן זיין אויפן וועג צו העלפן געשטראנדעטע פאסאנדשירן וואס זענען שטעקן געווארן צוליבן שווערן וועטער

פרייטאג איז די טעפראטואר אין לעיקוואוד געווען 3 בילאו זיראו

די פארפרוירענע רעגן האבן באדעקט די ראוד מיט א דיקע שיכט אייז

“סהאט זיך געשפירט ווי מען גיין אייז-סקעיטינג” האט געזאגט ר’ משה ערנבערג וואס איז אויך געשעדיגט געווארן אין א עקסידענט

ריפארט ביי הרב הצדיק

Tag Cloud