For All Funny and Odd News

image

דאס אומאיינגענעמער טעמה פון האוזינג האט שוין אפגעקאסט ימים מיט טינט אין פאפיר יעדער שרייבער אין צייטינג האט שוין געשריבן דערוועגן, יעדער מיט א קהלישער, רבניש, קמיונעטישער פאזיציע האט שוין געבראכן קאפ פראבירענדיג צו לעזן דאס רעטעניש ״פין ווי נעמט מען ביליג דירות פאר אחינו בני ישראל??״
גרויסע דעוועלאפערס מיט לאנגע ליסטעס פון סוקסעספולע פראדזשעקטן האבן בריטאל געפעלט מיט פרובירן אהערצושטעלן א פריש געגנט פאר אחבנ״י, יעדער פריוו האט זיך גענדיגט מיט מחלוקות, בזיונות אין בכלל א פעלער צו קענען איבערצייגן דעם ציבור צו אינוועסטירן אינעם נייעם דיוועלאפמענטס אין זיך צו אהינצוען.

פארשטענדליכע מענטשן קראצען זיך די מוחות ביז בלוט צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, וואס מאכט נארמאלע זיניגע מענטשן פליצלינג פארלירן דאס שכל הישר אין נעמען א פריש פארפאלק אין מווארפט זיי אריין אין א גרוב פין א דירה וואס אלע יוטיליטי קאמפעניס דארפן האבן די נומער שלאס כדי צו קענען ציקומען צו די מיטערס וואס ליגט אין די ביהכ”ס פינעם הויז, אין מבאצאלט דערפאר אסאך מער ווי דאס גאנצער איינקנופט פינעם פארפאלק?

מיטלגארטיגע פארדינער לייען זיך צוזאם איטליכע הינדרעט טויזענט טאלער אין נעמען זיך אינטער צו צאלן מארגעדזשעס וואס קומט אויס מער ווי א דריי פערטלעך פין זייער פארדינסטן אין לאזן זיך אריין אין שווערע חובות אן איבערלאזענדיג קיין שום שאנס צו קענען עטוואס אוועקלייגען פאר א רעגענדיג טאג, אדער חתונה מאכן א קינד אא״וו, אלעס כדי צי קענען צאלן קרוב צי א מיליון דולר פאר א הויז אין ברוקלין.

וואס אזוינס איז געשעהן מיט א קאמיוניטי פין נארמאלע מענטשן? וואספארא מין רוח האט אינז באנומען מיט אזא אכזריות אין לאזט נישט צו קיין שום לייזונג? ווער איז שילדיג די לענדלארס? רבנים? קהילות? די עשירים? ווער??

רבותי, די סיבה וואס האט אינז געברענגט צו די מצב איז נישט איינס, סאיז א קאמבינאציע פין אסאך זאכן וואס האט גורם געווען סיי יקרות אין דירות, אין סיי אינז געמאכט פאר געבינדענע אינוואלידן וואס קענען זיך בשום אופן זיך נישט העלפן.

כדי צי מסביר זיין לאמיר ציריק גיין צוויי דורות צירוק ווען אינזערע זיידעס זענען געקומען קיין אמעריקע פאר זעכציג יאר ציריק האט דאס שיף געאנקערט ביים בארטן פין נ״י סיטי אין על פי רוב זענען אימיגראנטן אפגעווארט געווארן ביי אגענטן פון לענדלארס אין פון פאבריקן זיי האבן געהאלפן די פרישע אימיגראנטן זיך סעטלען אין דעם געגנט, סאיז געווען זה נהנה וזה נהנה, דער אגענט האט באקומען קאמישאן דער אמיגראנט האט באקומען א ביליגער דירה אין דער פאבריק א ביליגער ארבעטער וואס האט נאכנישט געהאט קיינע השגות.

די שטאט איז אלעמאל געווען א שטארקע מארקעט פאר רענטאלס צילוב די אימיגראנטן וואס האבן אדער נישט געהאט קיין געלט צו קויפן אדער צילוב נאר טיילווייז זיך וועלן באזעצן אין די סיטי און זיי האבן געפלאנט אלטימעטלי זיך צו באזעצן אין אפסטעיט אדער אין אנדערע שטעט אין דארט וועלן זיי קויפן א הויז.

שכירות האט א לענדלאר קיינמאל נישט געטרויט זיך צו נעמען מער ווי א וואך געהאלט ווייל ער האט פשוט נישט באקומען מער, גערעסערע אין שענערע דירות אין בעסערע געגענטער האט געקאסט מער רענט אבער פארשטייט זיך אז די וואס האבן דאס געדינגען האבן אויך נאר באצאלט איין וואך געהאלט דערפאר, אין נאר ווייל זיי זענען געווען בעסערע פארדינער האבן זיי זיך דאס ערלויבט בדרך כלל האט קיין שום מענטש נישט געוואלט צאלן מער ווי א וואך געהאלט פאר רענט, די זעלבע האט א לענדלאר נישט געוואלט ארויסגעבן א דירה פאר קיינעם נאר אויב דער טענענט קען אויפווייזען אז איין וואך געהאלט צאלט א חודש רענט.

מענטשן האבן אין יענע צייטן געהאט גרויס רעספעקט פארן דאלער, אמעריקע איז נארוואס ארויסגעקומען פין א טיפער רעסעסיע, אין אימיגראנטן זענען אנטלאפן פין לענדער ווי זיי זענען געפלאגט געווארן מיט שווערע דחקות אין נויט, דעריבער האבן מענטשן נאר געקויפט זאכן וואס איז געווען דאס ביליגסטע מעגליך אין נאר געקויפט זאכן וואס מהאט זיך נישט געקענט באגיין אנדעם, אין די זעלבע צייט האט מען אוועקגעביגלט יעדעס דאלער,

מענטשן פון יענעם דור האבן זיך אוועקגעלייגט געניג געלט אין האבן אינוועסטירט אין שטארקע מארקעטס אין על פי רוב האבן זיי אלע אליינס חתונה געמאכט די קינדער, טיי אווענטס איז געווען מיוחד פאר רבנים פין קליינע בתי מדרשים סהאט נישט עקזעסטירט אזא זאך פין א טיי אווענט פאר א איד וואס ארבעט (נאר אין אויסנאמס פעלער אז סהאט זיך געמאכט א קרענק רח״ל) אזוי אויך האבן די אידן רעטייערט מיט א שיין ביסל מזומן וואס סאיז נאך איבערגעבליבן די והותר פאר די קינדער לאחר מאה ועשרים.

צו קענען פארשטיין ווי ווייט קאנסערוועטיוו אינזערע זיידעס זענען געווען מיט זייער געלט איז כדי צו קוקען אויף די פרייז צי קויפן א הויז אין די 1950s יארן איז געווען בערך זיבן טויזענט דולר, א נארמאלע פארדינער האט אין יענער צייט פארדינט בערך דריי טויזענט דולר א יאר, דאס מיינט אז מיט דריי יאר געהאלט האט מען געקענט קויפן א הויז, אין מענטשן האבן דעמאלט געזיצן אויף קעש פון בערך צען טויזענט דולר, זיי וואלטן בלי ספוק געקענט קויפן הייזער אן קיין מארטגעידש אבער פינדעסוועגן דאך האבן זיי זיך דאס נישט ערלויבט.

א קאר האט נאר געהאט דער וואס האט דאס געמוזט האבן פאר פרנסה אדער א גאר גרויסער גביר, מהאט נישט גענומען קיין ליעס אדער פיינענס, אז מהאט געהאט א קאר האט מען געקויפט אן אלטן אפגעניצטן אויטא אין שוין.

צייטן האבן זיך ליידער שטארק געטוישט, צוויי דורות שפעטער אין געלט איז געווארן א דזשאוק יעדעס פעפערל האט היינט דאס נייעסטער מאדעל קאר די בעסטע טייערסטע פאון, נישטא א יונגערמאן וואס פארמאגט נישט קיין סעלפאון נישט קיין חילוק אין וואספארא חובות מזינקט יעדער האט אין מוז פארמאגן אלעס וואס יענער האט, נישטא מער קיין רעספעקט פאר געלט.

די זעלבע איז מיט די זומער קאנטרי, געווען אידן האבן אויפגעהערט גיין ווען די בעלי בתים פין די קאלאניס האבן געהויבן די פרייז פון דריי הינדרעט צו פינעף הינדרעט דאלער, מאיז געבליבן אינדערהיים, די וואס זענען יא געגאנגן האבן נישט געדינגען קיין קאר, מהאט זיך צוזאמגעשטופט מיט חבירים אין איין סטעשאן וואגען, מהאט געלאזט דאס פרעסדיזש אין מאנהעטען אין מאיז געזיצן פאר דריי שעה ווי א נער אויסגעדרייט פארשעמט אינעם פארקערטן ריכטונג.

עטץ זאלטץ נישט ברוגז זיין פארוואס איך בין אזוי מעריך מיט דאס ״אמאל״ עס איז וויכטיג צו פארשטיין דעם קאנטראסט פין אמאל ביז היינט.

מיר זענען צוביסלעך געווארן מער אין מער עדיקטעט צו וועלן זיין איינגעטימער פון אלע אינזערע באדערפענישן נישט קיין חילוק וואס עס נעמט דאס צו באקומען, געלט איז נישט קיין פראבלעם, מוועט בארגען, גיין נאך געלט, מאכן טיי אווענטס, אנזעצן קרעיט קארדס,

אזוי ווייט איז שוין דער עדיקשאן אז מיר העלפן די וואס זענען שוין געפאלן א קרבן צו די עדיקשאן אנצוהאלטן דאס זעלבס-חורבנישן לעבנסשטייגער מיר מאכן זיכער יעדער זינקט איין צוזאמען אינעם גרוב, סזאל קיינער חלילה נישט פעלן..

דאס קינד האט חתונה בש״ט ער טאר חלילה נישט וואונען מיט פורניטשער וואס קימט פון מעסיס אדער אייקיע עס מוז קומען פון אטאליע אדער פראנקרייך, סמיז זיין געמאכט מיט די האנט פינעם טישלער (Handmade) חלילה נישט ניצן קיינע מאשינען, (דרילערס זענען נאר געמאכט פאר די סוכה) דאס טיש פינעם דיינונג רום מוז פארנעמען רוב פלאץ פונעם אזוי אויך קליינטשיג דירהלע, און דאס וואג פונעם טיש מוז זיין אזוינס אז מדארף צוזאמריפן דאס גאנצע משפחה מיט די שוואגערס צוזאמען דאס צו קענען א ריר טוהן פון פלאץ.

דער בעט מיז האבן א בעקספלעש וואס זאל זעצן צים שכן׳ס וואנט אריין אין אויפוועקן דעם מידן כולל יונגערמאן ביים יעדן דריי וואס מגיט.

א רחמנות איז צי קיקען אויף די אימגליקליכע מאווינג קאמפעניס וואס דארפן דאס שלעפן יעדע פאר חדשים צי אן אנדערע דירה נאכדעם וואס די לענדלארד ווארפט ארויס די פאר פאלק פון די דירה וויבאלד דאס דריי חדשים ליעס איז אפגעלאפן, די דרייסיג יעריגע פעסט געבויטע רוסישע גבורים זענען קיין שום מעטש צי די שווערע טשייניק קלאזעט וואס מהאט דעם קאפעל געצווינגן אריינלייגן די קענדי דישעס וואס די מימעס אין דריטע קאזינז האבן אזוי גיטהארציג דרשה געשאנקן צו די גליקליכע פארפאלק וואס וועלן דאס ניצן איינמאל אין צוואנציג יאר ווען באבי וועט קומען באזיכן נאכדעם וואס די קאפל וועט האבן קונא שביתה געווען ביי אן עמטליך דירה, ווי נישט ווי מברויך דאך האבן א פלאץ ווי צי לייגן די אלע העכערן מיט בשמים האלטערס נעפקין האלטערס אין אוודאי די צען טויזענט דאלערדיגע מנורה אויף וואס הינדרעטער מענטשן האבן זיך אנגעגעסן מיט סעסעמי טשיקן ביים טיי אווענט דער מחותן זאל פינקט ווי יעדעם קענען שיקן פארן זיסן חתן דאס מנורה דער קליינער כלהס ברידער האט דאך געמאכט אזא שיינער פויעם דערפאר.

אזוי זעהן מיר אויס היינט, סאיז ליידער א ביטער געלעכטער צו אבאכטען צו וואספארא נעבעכדיג מצב מיר האבן זיך דערקייקעלט.

דער דעת נשים האט גובר געווען, מיר זענען אמעריקאניזירט געווארן צי א מדריגה ווי דאס שפריך ווארט פין “ladies first” איז נישט נאר שולט בחיצון נאר אויך בפנימיות, דאס פרוי טראכט מיט אימאשאנס אין ניצט דאס צי מאכן באשליסן, עס איז זיי געלינגען זיך גובר זיין אויף די מענערישע מהלך המחשבה אז די מענער זאלן מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס טוהט זיי ציפרידן שטעלן.
למשל פינאנציעלע באשליסן באלאנגט געווענליך פארן מאן א פרוי ברויך זיך מבטל זיין פארן באשליס וואס דער מאן מאכט בנוגיע עקנאמישע ענינים, למעשה זענען היינטיגע מענער טרענירט געווארן צו מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס דאס פרוי זיינע וועט גלייכן, די פרוי גלייכט ווען די טאכטער אדער זוהן אירע וואונט לעבן איר, פאר איר איז נישט קיין נפקה מינה וואס דאס קאסט, זי ווייסט איין זאך ״my daughter is going to live next to me” דער מאן וויל דאס אויך זייער שטארק אבער ער וואלט ווען גענומען אין באטראכט דאס עקאנאמישער מצב אין געמאכט א שכל הישרדיגער באשלוס, אבער דא קומט דאס פרוי אין מאכט אן היסטעריע ער איז דאך נישט בעל הבית זיין תפקיד איז צו שפריצן געלט עד כלות מנעמט נישטאמאל אין באטראכט וואס ער מירמעלט זיך דארט אינטער די נאז..

קיין רעספעקט פאר געלט איז נישטא, די פרויען זענען בעל הבית, יעדער מוז האבן אין טוהן אלעס וואס יענער טוהט, קיינער וויל נישט זיין א ״נעב״ די לענדלארדס אין דעוועלאפערס זענען נישט משוגע, זיי קענען נישט קומען צו זיך ווי גוט דער מצב האט זיך אויסגעשטעלט פאר זיי, די פרויערישער ציבור באגיסט זיי מיט געלט,

ווען א אלטער איד שטארבט ל״ע דער גוף איז נאך ווארעם, ס’ליגט נאך די שמיציגע טעלערס אין סונק, אין די משפחה פארהאנדעלט שוין מיט פאטענציאלע קאסטומערס פארן נארוואס ליידיג געווארענע דורה, ער קומט צו לויפן מיט זעק אנגעפילט מיט קעש, וואס זאל ער טוהן זיין ווייב פארלאנגט די קינדער מוזן וואוינען ווייטסטענס דריי בלאק פון איר נישט מער.

דער אינגערמאן וואס ארבעט פון זיבענע צופרי ביז אכטע באנאכט, אווערטיים, חגאות, חול המעוד, גייט נישט אין קאנטרי אא״וו, דער לענדלארד זיינע קען נישט קומען צו זיך פון גליקליכקייט אנהייב חודש ווען דער קרבן זיינער דערלאנגט אים אהין דאס גאנצער וועידזש זיינע ער דאנקט דעם רבוש״ע וואס האט אים צוגעשיקט אזא פיינער טענענט וואס באצאלט אזוי ערליך,

נעבעך דער אינגערמאן, פרישטאג עסט ער אין ראדני אינטען ביי די שטיבלאך, סאיז בחינם, נאכטמאל עסט ער שריים אין איין מאל א וואך ערלויבט ער זיך מקויפט טשיקן בייליק, ער לויפט צו יעדען כולל ערב ובוקר ווי ער פארדינט נאך א הינדרעטער א וואך מיט א טרופ איינמאל א יאר צו מקומות הקדושים ארום וויליאמסבורג, אבער דער לענדלארד זיינער איז א גרויסער בעל צדקה..

דער אינגערמאן בעהט זיך ביים ווייב לאמיר מאפן ארויס פון שטאט, אפשר מאנסי אדער ק״י ס’קאסט דארט מיט טויזענט דאלער ביליגער און ער באקומט א גרעסערע דירה מיט א לאנגע ליעס אין מדארף נישט וואנדערן מיט די שווערע איטאליש מעבל יעדע דריי חדשים צו אן אנדערע לעכל, זי וויל אבער נישט, זי זאגט אז דארט איז זייער בארונג, סאיז זייער שטיל סאיז נישט לעבעדיג, זי וויל וואינען לעבן אירע מאמע מיט אירע געשוויסטער וואס זי זעהט איינמאל יעדע צוויי וואכן, זי האט זייער ליעב צו גיין שאפונג אריבער די ברידש מיט די טרעין, לי עוויניו איז אויך נישט אוועקצומאכן ארפאצו וואקן פון איין עק צום אנדערן מיטן הערליכן שפאגעל נייעם באגעבא וועגאלע, ווער וועט קוקן אויף איר באגעבא אין די וועלדער פון מאנסי?

ווי נאך איז דא אזא גאס ווי לי עוויניו? אזא לעבהאפטיג פלאץ אזש סשטיפן זיך טויזענטער אויטא׳ס א גאנצן ליבן טאג הארגענען זיך איין אויטא מיטן צווייטן, יעדער כאפט זיך אריין אין פארענט פונעם קאר פאר זיך מווערט פליצים דארט פארוואנדעלט א מין מטורף, נארמאלע מענטשן ווערן מאמענטאל גרייט דארט אויף שפיכות דמים מיטן היט אנגעטוהן, מרייסט ארויס איינער פונעם אנדערן טייערע וויכטיגע חלקים פונעם קאר, יעדער וויל אנקומען קיין פלאשינג פארן צווייטן סאיז א רעיס ווער סקען שנעלער אנקימען, שחורים, רוסקיס, אזיאנע, פוילישע, מעקסיקאנע, קאר סערוויס דרייווער, נישט קיין נפקא מינה, ווי נאר מקומט אן אויף לי עוויניו הייבט זיך אן א רעשיג געפילדער א כעאס, דער רחמנות איז אייביג דער בארא פארקער באס, ער איז נעבעך אייביג דער שעיר לעזאזל בלייבט ער שטיין האלב שיעף ער פאפט ער ליארעמט קיינער הערט נישט גארנישט, ער איז פארלוירן אין א ים פון מיני ווענס אין סיטי באסעס וואס יעדער פראבירט אריינצושטיפן זיין קאר פאראויס, אלע האבן זיי ביים זייט זיצן א פרוי זי רעדט אויפן טעלפאון זי האט קיין אהנונג פון דעם געפילדער ארום איר אין אז איר מאן פירט יעצט אן אקטיווער מלחמה.

עס איז א נייער קולטור, דער ציל איז צו בלענדן מיט יעדען, א גרויס דגוש נישט צי זיין אנדערש, מיט א געמאסטענער פונקליכקייט, דער שייטל, דאס קלייד, די שיך, די פאקעט-בוק אלעס מיז בלענדן, די אויסנעמער ווערן שפעטער געוואר דאס פאטאלען טעות זיי האבן געמאכט מיטן טוהן אנדערש פון דעת הקהל, זיי האבן נישט געדארפט גיין מיט סניקערס אויף לי עוויניו, סניקערס גייען נאר באבעס אין עלטערע מידלעידזש, יעצט וויל זיך קיינער נישט משדך זיין מיט זייער טאפ מיידל, טא בעד נעקסט טיים גיי מיט לעדערנע שיך, סאיז נישט באקוועם? מאך אביסל מיט, וואס יעדער מאכט מיט, סאפער אביסל פאר די מאדעס וועט זיך יעדער רייסן זיך משדך זיין מיט דיר.

קיינער וויל נישט זיין קיין אויסנאם אין גיין וואינען א גאנץ יאר מיט ליטווישע גוים אין סאיט פאלסבורג, ער וועט זיך נישט קענען משדך זיין מיט פריעדמאן פון בעדפארד גארדענס, ווער דארף עמיצן וואס ווי א נעבעך וואונט ער א גאנץ יאר אליינס אין אפסטעיט, ער איז דאך דארפיש, וואס וועט די גאס זאגן, אלעס איז דאך פארן שידוך, דער הויכפונקט פין זיין לעבן ווען ער ווערט רעקאגנייזט פאר זיין אינוועסטמענט אין זיין פינקט ווי יעדען, אלע פלאגעניש, ווילדע נארישע געלט אויסגעבערייען צו בלענדען, ווערט יעצט אפיציעל אנערקענט.

Advertisements

Comments on: "The beauty of Williamsburg" (1)

  1. Mister Yanky said:

    זייער א גוטע נושא, אייזן שטארק באשריבן.
    די פראבלעם איז נאר אז יעדער איינער איז מסכים אז דא איז דא א פראבלעם. יעדער איז מודה אז דא ברויך עפעס געטון ווערן. אבער יעדער ווארט אז א צווייטער זאל טוען. און יענער פארשטייט זיך ווארט אויף דיר.
    שנית, מ’קען נישט אזוי באשולדיגן נאר די ווייבער, הגם זיי זענען א וויכטיגער חלק פונעם פראבלעם, איז עס נישט נאר זיי. די אינגעלייט ווילן אויך האבן מיט וועם צו פאברענגען נאך מעריב. איך רעד שוין נישט פון די אינגעלייט וואס האבן א דזשאב און זיי ווילן דאס נישט אויפגעבן.
    תכלית גערעדט ווייס איך נישט וויאזוי דיין ארטיקל וועט טוישן די מענטשהייט, אבער וואס איז זיכער, אז דאס איז געווען א זאפטיגע ארטיקל וואס פארדעם אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע קריזיס.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: