For All Funny and Odd News

image

סיריעסלי??? מענטשן זענען אזוי משוגע? מענטשן זענען אזוי פאר’נער’ט? מ’קען אונז טאקע אזוי פירן ביי די נאז? טויזענטער אידן גייען זיך באלד פארזאמלען אין מאנהעטן צו א עצרת/פראטעסט וועגן די גיוס בני ישיבות אין ארץ ישראל, איך זאג נישט אז ס’איז נישט קיין פראבלעם באט איין מינוט די אלע בחורים דא אין אמעריקע זענען שוין קער גענומען? יעדע ווייסט גאנץ גוט וויאזוי די מצב מיט ישיבות אין אמעריקע קוקט אויס, הונדערטער בחורים דרייען זיך אויף די גאסן און נאובאדי קעירס (חוץ די צובראכענע עלטערן וואס קענען גארנישט טוען) ווען א מנהל האט א פראבלעם מיט א בחור איז די ערשטע אפשען “ארויס” און קימערט זיך נישט מיט די געפילן פון די עלטערן, וויפיל אידישע שטובער גייען צוגרינד א דאנק דעם, דו האסט א פראבלעם מיט א בחור נעם קער דערפון, ארבעט מיט אים, פאר א סיבה ביסטו מנהל, אויב איז די סאלושען ווארפן קען מען נעמען דער וואס שטייט ביים רעדזשיסטער זאל ווערן מנהל, און נאכדעם זענען די רבנים פארנומען ביי די דרשות אז “די דורות פאלן”

האט איר שוין אמאל געזעהן איינעם שטיין ביים בארטן פון ים און אריין ווארפן מענטשן אין וואסער און נאכדעם שיקט ער מענטשן זאלן שטיין ביי די אנדערע עק ים און ארויסראטעווען די מענטשן, אייזל דו ווארף נישט אריין וועסטו נישט דארפן ראטעווען, “מאך נישט חרוב וועסטו נישט דארפן ראטעווען” אזא פנים טראג מיר ליידער… וויפיל פון די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אז מ’זאל גיין צום עצרת היינט זונטאג האבן אריינגעלייגט א פינגער אין קאלט וואסער איבער די מצב הישיבות דא אין ניו יארק? אהה ס’ברענגט דיך נישט גענוג אטענשאן און כבוד? וויפיל בחורים אויפן גאס גייען צוגרינד ברחניות ובגשמיות א דאנק דעם? וויפיל בחורים דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו האלטן אידישקייט? אבער אונזער פראבלעם איז די בחורים אין ארץ ישראל… איך האב א חבר וואס האט האט זיך געמוטשעט מיט זיין בחור מ’האט אים געטראסקעט פון ישיבות און ענדליך האט זיך איין ישיבה מרחם געווען און מיט גרויס פראטעקציע אנגענומען זיין בחור אין ישיבה, און ברוך השם זיין בחור האט זיך געשטעלט אויף די פיס און איז אויסגעוואקסן צו גאט און צו לייט, אבער ליידער ליידער רוב עלטערן האבן נישט די זעלבע מזל ווי יענע טאטע, מ’ווארפט ארויס די בחור פון ישיבה און פון דארט איז געים אווער, פון דארט גייט שוין אלעס מטה מטה. זיי שוין נישט אזוי פארנומען מיט אינטערנעט און צניעות א.ד.ג נעמטס קער פון די מצב הישיבות אפילו ס’גייט דיך נישט ברענגן אזויפיל כבוד און אטענשאן.

ביי מיר אין ארבעט איז דא א איד ער איז א סאטמערע חסיד פון ר’ אהרן וואס האט זיך צו מיר אויסגערעדט לעצטענס אז זיין 20 יעריגע בחור גייט אים צוגרינד, מ’האט ארויסגעווארפן זיין גאנצע עידזש פארן בלויזן חטא פארן זיין אלטע בחורים (צוואנציג יאר הייסט שוין אלט…) און געפענט א ביהמ”ד אינמיטן שטאט גייטס ענק אהין לערנען. דער טאטע זאגט מיר מיט טרערן זיין בחור איז געווארן דיפרעסט ווי א רוח, ער האט שוין נישט קיין שום רילעישאן שיפ מיט זיין בחור, שדכנים הערן אים שוין נישט אויס ווייל ער האט א “ארויסגעווארפענע בחור” און די טאטע מאמע פונעם בחור מאכן נאס דעם קישן יעדן נאכט, פרעג איך דעם טאטן פארוואס ביסטו נישט אריין צו דיין רבין? זאגט מיר דער טאטע איך בין שוין אריין צוויי מאל צום רבין און די רבי האט מיר גאר אנגעשריגן… עטץ כאפטס וואס דא גייט פאר? די טאטע איז גאר שולדיג… און דער ר’ אהרן האט א אישו מיט די בחורים אין ארץ ישראל און געהייסן זיינע חסידים איש בעל יעדר אז מ’זאל זיך משתתף זיין ביי די עצרת היינט, האלא? האסט שוין קער גענומען פון דיינע בחורים דאהי? און די זעלבע מיט אלע אנדערע רבנים.

image

וואס זענען מיר פארנומען מיט די בחורים אין ארץ ישראל? לאז די רבנים פון דארט קער נעמען, נעמטס קודם קער פון די בחורים דא אין ניו יארק, די בלוט פון די בחורים אין ארץ ישראל זענען עפעס רויטער ווי די בלוט פון די בחורים אין ניו יארק? און דער עולם גולם גייט נאך… מ’וואלט געדארפט באקאטירן אזא עצרת, קודם זאלן די אלע קארופטירטע רע-בנים-/מחנכים/מנהלים אפווישן זייערע אייגענע שמיץ. אפשר זאלן די רבנים פון ארץ ישראל מאכן א עצרת אין ככר השבת איבער די מצב דאהי אין ניו יארק?

גענומען פון די וואטסאפפ כוואליעס

Advertisements

Comments on: "Atzeres in Manhattan for what?" (3)

  1. גבריאל סאנדער said:

    פארוואס פארלאנגט ר’ אהרן אז די אגודיסטן אין ארץ ישראל זאלן זיך צוריקהאלטן און נישט ווערן פארקויפט פאר די געלט וואס די מדינה גיט, ווען ער טוט נישט גארנישט ווען מ’ווארפט ארויס זיינע בחורים ווייל ער ווערט פארקויפט פאר געלט? היפיקראטיע!

  2. שמעלקא גראס said:

    פארוואס ווען אגודה האט געמאכט א פראטעסט אין מאנהעטן 15 יאר צוריק האבן די סאטמורים (מענדל יאנקאוויטש און נאך היינטיגע ארונים) פארשטאנען אז מ׳דארף שטעכן די רעדער פון לאקסעס באסעס אז ס׳זאל נישט קענען פארן פון וויליאמסבורג??
    און געשריגן ״אגודה ארויס פון וויליאמסבורג״
    פארוואס ביי כינוס כלל ישראל זענען די ארונים נישט געקומען ווען ס׳האט געפלאקערט א פייער וועגן די אינטערנעט, און נאהרען טייטלבוים האט געמוזט האלטן אפאר דרשות מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט?? און היינט זעט יעדער אז קיינער פון די סיבות איז אים מער נישט קיין פראבלעם??
    פארוואס האט דער סאטמארער רבי רבי זלמן לייב שליט״א ער נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צוצושטעלן צו א פארטעסט אין מאנהעטען וואס זיין עלטערער ברודער האט גענומען קרעדיט?
    פארוואס דארף נאהרען טייטלבוים זיך פארענטפערן מיט משלים און הסברים פארוואס ער שטעלט זיך יא צו צו די אגודה׳ס פראטעסט??
    תמצית הדברים: נאהרן טייטלבוים האט נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט! נישט קיין פראבלעם מיט גיוס! נישט קיין פראבלעם מיט ענגלישע דרשות! ער האט נאר איין פראבלעם: ״זיין אינגערער ברודער כ״ק מרן אדמו״ר מסאטמאר שליט״א״
    ווען דער סאטמארער רבי שליט״א האט געהייסן גיין צום כינוס כלל ישראל, איז מען געגאנגען!
    ווען ער האט געהייסן גיין צום פראטעסט אין פאלי סקווער אין מאנהעטען, איז מען געגאנגען!
    און אויב ער זאגט נישט מ׳זאל גיין צו די אגודה עצרת תפילה, גייט מען נישט!
    ער דארף זיך נישט פאר קיינעם פארענטפערן ווען ער הייסט גיין! און ער דארף זיך פאר קיינעם נישט פארענטפערן אויב הייסט ער נישט גיין!!

  3. חיים שניידערמאן said:

    כך היא עונשם של בדאים!… היינט ביים ״גרויסן״ עצרת אין מאנהעטן, וואס האט געזאלט זיין אן איבערשפיל פון דעם היסטארישן עצרת המיליון אין ארץ ישראל וואו גאנץ יהדות ארה״ק על רבבותי׳ וראשי׳ איז זיך צונויפגעקומען, האט דער דל גאה אהרן ט״ב געליטן דעם דורכפאל פון זיין לעבן!
    נאכ׳ן זיך צו-נאר-לייגן אין דער גאנצער וועלט מיט זיין טפשות׳דיגע ״פארענטפערונג-רעדע״, וואו ער האט צוזאמגערעדט פייערדיגע שטותים און לאקשן אזוי גוט ווי נאר דער מטורף קען, און נאכ׳ן פרעכערהייט בועט זיין אין זיין הייליגן פעטער און טאטן, אלץ נאר צו כאפן אביסעלע אטענשאן צו הייבן זיין געקלאפטן מאראל פון דער ״איכות׳דיגער״ נסיעה אין א״י, איז ער היינט אנגעקומען לבושתו ולחרפתו אלס דער ״איינציגסטער״ חסידישער רבי פון די גאנצע יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא!!
    יא! נישט געווען קיין איין איינציגער רב אדער רבי פון אמעריקא, אחוץ אהרן טייטלבוים, מענדל טייטלבוים, דושינסקיא, און קלויזנבורג. אלעס איבריג, נישט קיין חילוק וויי ווייט פון סאטמאר, האט פארשטאנען אז זיי האבן נישט וואס צו זוכן ביים אגודיסטשן צוועקלאזן כינוס ארקעסטריט פון די חברי הכנסת פאר זייערע פינסטערע פאליטישע מאטיוון.
    ס׳האט זיך פארמירט א היסטארישער ערב-פורים בילד פון א לאנגען אויבן-אן מיט קנייטש-היטלעך, לאנגע און קורצע בערד, פראקן מיט שליצן, און אינדערמיט האט זיך ארויסגעזען ווי בערן אין א שניי די צוויי מאסיווע טילעפס פון אהרן ט״ב ובנו מנחם מענדל, וואס זענען געזעסן איינגעקורטשעט אין זייערע פעלצן, און מיט צעבראכענע הערצער זיך געבעטן ביים טאטן אין הימל זיי ארויסצוראטעווען פון זייער טרויעריגן גיוס בני הישיבות אין וואס זיי האבן זיך בידים אריינגעפעקלט.
    יא, דאס איז דער עונש בעולם הזה פאר אן אומסטאבילן אטענשאן-זוכער, אן קיין יסודות, אן קיין תורה, אן קיין מסורה, אן קיין שכל, וואס פירט זיך פון זיינע ווילדע אני ואפסי אינסטינקטן, זרש אשתו וכל אוהביו. אצינד, צום צווייטן מאל זינט דעם כינוס כלל ישראל איז דער אהרן וצאן מרעיתו ללעג ולקלס אין דער גאנצער וועלט. לוזערס המיליון!
    כי החילות לנפול לפניו!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: