For All Funny and Odd News

image

אין אפריקע ביים ווינקל פון דרום טוניזיע. נישט ווייט פונעם גרעניץ פון ליביע. זיצט זיך א קליין שיין אינזל מיטן נאמען דזשערבא. דארטן וואוינען אידן העכער 2 טויזענט יאר. נאך איידער חורבן בית ראשון, זיי האבן אנגעהאלטן מיט די אלטע מסורה מיט גרויס עקשנות און שטארקייט דורכאויס אלע שווערע גלות יארן.

image

אן אלטער שול אין דזשעברא

image

די נייע מיימאנידיס ביהמ”ד אין דזשעברא וואס די עגיפטישע רעגירונג האט באצאלט איבערצובויען

image

יודן אין דזשעברא

image

רבי גינעס בערנהיים א וועלטליכע בעל משפיע רעדט צו דזשעברא יודן

ווי אין די גאנצע וועלט איז דארט אויך געווען איינגעפירט יארן לאנג אז מען פלעגט כאפן די שווארצע און זיי פארקויפן אלס קנעכט דער סדר פלעגט זיין אז אפאר שטארקע מענטשן פלעגן זיך אראפלאזן אין די שווארצע געגנטער און פארכאפן מענער פרויען און אפי’ קינדער זײ האבן זיי געפירט צו דעם ספעציעלן מארק פאר קנעכט וואס מען האט גערופן שוק העבדים אדער אויף אראביש סוק אל-ברכה און דארטן האט מען ליציטירט דעם געפאנגענעם ביז דער וואס האט אנגעגעבן דעם העכסטן פרייז האט אים אפגעקויפט אלס אן אייביגער קנעכט
image

א קנעכט יריד אין אמעריקע

image

א קנעכט געשעפט אין אמעריקע

image

אן עדוועטייזמענט “קנעכט צום פארקויפן”

אינעם יאר תר”ו לפ”ק איז געווען דארט דער רב א הייליגער געטליכער מאן רבי שאול הכהן זצ”ל אײן טאג אריבערגייענדיג אין מארק פון די קנעכט האט ער געהערט ווי מען קלאפט און פויקט ווי דער מנהג איז געווען ווען מען האט געוואלט עפעס אויסרופן מען האט געמאלדן אז לויטן שטרענגען באפעל פונעם אחמד פאשא דער ערשטער איז פארבאטן יעדע סארט האנדל מיט קנעכט ווער עס פארמאגט א קנעכט מוז אים תיכף באפרייען גענצליך אומזיסט
image

די צייטונגען באריכטען די פרייהייט געזעצן

image

עמאנציפאציע פראקלאמאציע פון פרעזידענט קלינטן ווי ער דערקלערט פרייהייט פאר די שווארצע קנעכט
(Emancipation Proclamation)

דער רב הערענדיג דעם נייעם באפעל איז געבליבן שטיין געפלעפט און געפרעגט מה היום מיומים אז מען האט איבערגעדרייט סדרי בראשית?  וואס האט דא פאסירט? האט מען אים געענטפערט אז די גרויסע וועלטסמאכטן האבן מחליט געווען זיך אנצונעמען פאר די קנעכט זיי האבן באשלאסן אז די שווארצע זענען בארעכטיגט צו זיין ווי יעדן אײנעם גלייך די ווינטן פון פרייהייט האבן זיך שוין געהאט צושפרייט און אויך דערגרייכט אזש ביז צו די ברעגעס פון דעם ווייטן אינזל

וויבאלד דער רב האט דאס דערהערט איז ער תיכף בלאס געווארן אינגאנצן דערציטערט און ער האט אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין ער איז אנגעקומען אהיים ווי א אבל רח”ל

image

זיצט ער אזוי מיט איין האנט אנגעכאפט דעם קאפ און מיטן צווייטן רייסט ער די האר פון קאפ שרייענדיג א ביטערע גרויסע געשריי זיינע ביטערע געוויינען און קרעכצן פון טיפעניש פון הארץ האבן דערגרייכט צו די אויערן פון אלע ארומיגע ביז די גאנצע קהילה איז געקומען צו לויפן. הערענדיג ווי זייער באליבטער רב געפונט זיך אין אזא שרעקליכע מצב

שטייען זיי אזוי מיט ציטער און שרעק און קענען נישט עפענען דאס מויל פון פחד צוביסלעך האבן זיי גענומען שטיל שושקענען צווישן זיך פרעגענדיג איינער דעם אנדערן וואס איז דא געשעהן? וואס האט פאסירט?

זעענדיג זייער גרויס וואונדער האט דער רב זיי ערקלערט מיט א גרויס געוויין, איר האט נישט געהערט דעם כרוז היינט אין מארק?
האבן זיי זיך נאכמער געוואונדערט האט דען דער רב קנעכט אדער דינסטן אז ער איז אזוי צובראכן?!

אויף דעם האט דער רב גענומען שרייען מיט א ביטער הארץ. הערט אויס מיינע ליבע ברודער און פריינט ווער זענען דאס די קנעכט און דינסטן? זיי זענען דאך מבני חם וואס אויף זיי איז נגזר געווארן שוין טויזענטער יארן “עבד עבדים יהיה לאחיו”  און אט דא זעען מיר אז דער בורא עולם האט זיך אויף זיי יא מרחם געווען און געדענקט צום גוטן און אויפגעוועקט די פעלקער צו צוזעהן זייער פיין און ווייטאג זיי צו באפרייען “איז אויב אזוי ווי זאל איך שווייגען און נישט פארפירן ווען אונזער הייליג און טייער פאלק קינדער פון אברהם יצחק און יעקב אמת’ע בני מלכים אנשטאט מיר זאלן זיין די אויסדערוועלטע מכל העמים זענען מיר דערנידערט ביזן גרונד אנשטאט מיר זאלן ווערן אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות זענען מיר נאך אלץ צו שאנד און צושפאט אין די אויגן פון אלע פעלקער פון די וועלט עס איז שוין באלד צוויי טויזענט יאר און מיר זעען נאכאלס נישט קיין שיין פון אונזער ישועה”

די הארציגע ווארעמע ווערטער האבן טיף אריינגעדרינגען אין די הערצער פון די פארזאמעלטע אידן זיי זענען נתעורר געווארן פון דעם ביטערן מצב וואס כלל ישראל געפונט זיך און האבן אייגעזעהן די ריכטיגקייט פון דעם רב’ס ווערטער זיי האבן אלע פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם ביטערן בראך פון אידישן פאלק

דער רב האט ווייטער ממשיך געווען:
וויסן זאלט איר איר אז מיר זענען אליין שולדיג ווייל מיר האבן נישט צו געהערט צום באשעפער אויב וואלטן מיר ריכטיג תשובה געטוהן איז דאך דעם באשעפערס האנט נישט קורץ אויך אונז צו העלפען האט ער אונז דען נישט אויסגעלייזט פון גלות מצרים גלות בבל און אזוי אויך דורכאויס אלע צייטן האט ער אונז געהאלפן ביד חזקה מיט זיין גרויס רחמנות

אזוי אויך היינט שטייען מיר אין דעם ביטערן גלות שוין אזוי לאנג בלויז ווייל מיר קערן זיך נישט צוריק צום באשעפער און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מיר ווערן נישט געהאלפן ווייל מיר מאכן זיך נישט וויסנדיג פון השי”ת’ס רופן דער באשעפער האלט אונז נישט אין גלות קיין איינציגע רגע אומזיסט און איבעריג דעריבער דארפן מיר זיך טאקע איינבעטן ביי אים ביז ער וועט אויך אויף אונז זיך דערבארעמען און אונז אויסלייזן
אזוי האט דער רב גערעדט מיט זיין גאנצן כח און געפיל ווען פון זיינע אויגן פליסן זודיגע טרערן ביז ער איז פון אזויפיל וויינען אפגעשוואכט געווארן ער האט נישט געקענט מער רעדן און פון גרויס חלשות האט ער צוביסלעך איינגעדרימלט…

שטייט דער גאנצער עולם און קוקט אויף זייער הייליגן מנהיג אפשר וויל ער נאך עפעס רעדן אדער זאגן, אבער נישט ווילנדיג שטערן דעם רב האבן זיי זיך צוביסלעך ארויסגעשארט שטילערהייט אנזאגנדיג די חשובע רעבעצין צו האלטן א וואכזאם אויג אויפן רב ער זאל חלילה נישט צוזאמפאלן פון גרויס ווייטאג

אזוי קוקנדיג אויפן רב דערזעהט זי פלוצלינג ווי דער רב’ס פארוואלקנטע פאר’צער’טע פנים געבט א לייכט אויף מיט א געוואלדיגע גרויסע שיין, און אויף זיין הייליגע צורה שפרייט זיך אויס א ברייטע שמייכל זיין שווערע אטעם ווערט רואיגער און צוביסלעך וועקט ער זיך אויף מיט א גרויסע שמחה. עס האט אויסגעזעהן ווי עס איז פריער בכלל נישט פארגאנגען אזעלכע געוויינען און געשרייען.

האט זיך דער רעבעצין געווענדט צו אים מיט גרויס וואונדער. וואס איז דא געשעהן? דו ביזט דאך איינגעשלאפן מיט אזא מין ווייטאג און צער, ווי איז דאס פארשוואונדן.? און פארוואס אינמיטן שלאף האט דיין פנים אזוי אויפגעלאכטן?

רופט זיך די רב אן “איך וועל דיר אלעס מסבר זיין טייערע רביצין,
וויסן זאלסטו, אז פון הימל האט מען געזעהן מײן גרויס צער און ווייטאג, איז מען געקומען מיר טרייסטן אין חלום. מען האט מיר מודיע געווען אז עס איז שוין גאר נאנט צו די גאולה שלימה, און עס וועט נישט געדויערן אזוי לאנג ביז די אידן וועלן געהאלפן ווערן מיט א גאנצע ישועה, ושבו בנים לגבולם.”
האט זי געוואלט וויסן “וועלן מיר נאך זוכה זיין דאס צו זעהן מיט אונזערע אויגן”? 
ניין האט ער געענטפערט
האט זי ווידער געפרעגט” אבער אונזער זוהן משה וועט יא דערלעבן צו דעם?”
האט דער רב געשאקלט מיטן קאפ און זיך אנגערופן: “אויך ער וועט נישט זוכה זיין דערצו, נאר דאכט זיך אז אין אונזערע אור אור-אייניקלעך’ס צייטן וועט דער אייבירשטער זיך מרחם זיין און אויסלייזן כלל ישראל.”
השי”ת זאל העלפן אז זיין הייליגע זעהונג זאל מקיום ווערן אינגיכן אין אונזערע צייטן בב”א.
image

Advertisements

Comments on: "Mushiach is almost here." (3)

  1. איז דאס א משל אדיר א מעשה פין יודל רויזענבערג?

    • סאיז אן אמת’ע מעשה עס שטייט געשריבן אין א ערענסטע ספר
      פלאי הצדיקים מסתם שוין אלט נאך פאר די קריג

      • יא יא יודל רוזנברג האט געשריבען הינדערטער (וואס וואלט געקענט זיין ) אמתע מעשה׳ס איסגעטראכט פין בויך
        אז די עולם זאל ליינען די יודישע מעשה׳ס נישט גוישע

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: