For All Funny and Odd News

image

רבותי איך וויל איינער זאל מיר עפעס מסביר זיין,

ס’איז געווען אן ארטיקל אויף דעים וועב זייטל צוויי טעג צוריק מיט’ן קעפל “עבדים משלו בנו” קעגן די א”ג עסקנים

מיר האפן אז קיינער האט אינז נישט שלעכט אפגעטייטשט אז מיר מיר באציען זיך חלילה קעגן די עסקנים העוסקים בצורכי צבור באמונה אויב האט איינער עס שלעכט אפגעטייטשט ווילן מיר דא קלארשטעלן אז “ניין” מיר רעדן אויסדריקליך איבער אזאנע וואנעביס וואס שטימט לויטן ארטיקל.

באט נאכאלץ קוק איך דאס אן ווי אן ארטיקל וואס באציעט זיך נעגאטיוו און רייסט אראפ מענטשן

לעניננו געווענליך אן ארטיקל באקומען הינדערטער היטס מיט אן אויסנאם פון דעם ארטיקל (וואס איז אגב נישט געשריבן דורך הרב הצדיק נאר איז א בריוו פון א יוד צום רעדאקציע) איז געגאנגען ווייראל און באקומען טויזענטער היטס

פארוואס איז דאס אזוי?
פארוואס איז אלע ארטיקלן קעגן דעם פאוסט געגאנגן וויירעל?
פארוואס איז די שמוציגע מעסעדזש פרייטאג וועגן ר’ מנחם הי”ד געגאנגן וויירעל?
און נישט אלע אנדערע ארטיקלן וואס האבן באשריבן ר’ מנחם’ס גיטסקייט און ערליכקייט און זיין צדקה וחסד,

לאמיך ענק ענטפערן ווייל דער עולם גלייכט שמיץ דער עולם גלייכט ווען מען באשמיצט יענעם אין נאכדעים רעגט מען זיך אויפן פאוסט פארן שרייבן וואס זיי האבן געשריבן, זיי שרייבן וואס דער עולם האט ליב (נ.ב. איך קום ח”ו נישט צו פארענטפערען דעם שמיציגן אנטעסעמיטישע פאוסט)

א איד האט מיר געפרעגט פארוואס טאקע האט די באשעפער צוגעלאזט אז מען זאל באשמיצן אזא טייערע איד ווי ר’ מנחם קודם האב איך אים גע’ענטפערט אז אויפן באשעפער פרעגט מען נישט קיין קשיות אבער איך האב אריינגעטראכט אין לפענ”ד קען דאס זיין די סיבה די באשעפער וויל אינז אויפוועקן אז איר וועט צווישן זיך באשמיצן אידישע קינדער וועט די פאוסט ענק באשמיצן, לאמיר זיך טאקע פארנעמען צו אויפהערן באשמיצן אידן צו אויפהערן פארוועדן מעסעדזש’עס וואס באשמיצן אידישע קינדער, און ס’זאל זיין פאר א זכות אין לעילו נשמת ר’ מנחם משולם בן ר’ ישראל שטארק הי”ד

נחמי’ מייזעלס

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: