For All Funny and Odd News

איר האט זיכער געקענט ר יענקל, די פריש אויפגעקומענע גביר מיטן פריש אויסגעקעמטן בערדל…

פאסירט האט עס אין א ליכטיגן פרייען זונטאג, שבת שני של גליות, ווען ער האט ארויפגעדרייווט זיין נייעם קעדילעק צופרי צום ביהמ”ד, מעשי גביר האט ער געכאפט אן אנגעצויגענעם בליק אויף זיין טייערן ראלעקס זייגער און ערשט דאן געריקט די שיפט אויף פארק.

image

עפענענדיג געמיטליך די פריש געגלאנצע טיר האט דאס שרעקליכע פאסירט.
א שווערע אכט רעדלדיגע טראק איז געקימען צו פליען מיט אן אימפעט, גראד אריין אין ר יענקל צוזאמען מיט זיין קאר!
א דינערדיגן שטילקייט האט זיך אראפגעלאזט.

image

ר’ יענקל האט זענדיג זיין אראפ געריסענע גלאנציגע טיר זעך גענימען יאמערען מעט באנומענע קולות “מיין קאר!!..באשעפער! סאיז מיין נייע קאר!!!..געוואלד!..”
דאן האב איך באמערקט דאס שרעקליכסטע.
די טראק האט גענצליך אראפ געריסען זיין רעכטע האנט!
“ר יענקל!!!!!”
איך האב געשריגן ביזן איבערייסן מיין שטום בענדער “דיין האנט! קיק דיין האנט איז אינגאנצען אראפ!!!!לאז שוין אפ דיין קאר!!קוק דיין רעכטע האנט!!!!….”

image

אינסיקטיוו האט זיך ר יענקל אויסגעדרייט בלויז צו טרעפען זיין אראפגעריסענע האנט ליגן אין א קאלוזשע בלוט.
דא האט זיך ר יענקל גענומען מאכן היסטערישע קולות פאכנדיג מיט זיין איינצוגע פארבליבענע האנט “געוואלד!!!…מיין ראלעקס זייגער!!!…”

image

לאכטס אידן, לאכטס. ווען די נער וואלט נישט געווען מיינע, וואלט איך אויך געלאכט.

יא. כלל ישראל האט פארלוירן א האנט.
א האנט וואס איז געווען אויסגעשטרעקט צו יעדע נויטבאדארפיגע. א האנט וואס האט פארטיילט ריזיגע סכומים פאר צדקה. א האנט וואס האט געבענטשט אכט זיסע קינדערלעך ערב יו”כ. א האנט וואס האט הארציג געגלעט זייער בעקעלעך, און ליבליך געקראזעלט זייער פאהלעך.
א ליבע האנט פונקט ווי מיין און דיין.
די האנט האט מען אונז ברוטאל און טראגיש אפגעריסן. לאזנדיג כלל ישראל זיך ווארפן פאר יסורים.

נאך די וואך ביי די שבת ביינאכט סעודה איז געזיצען א א מאמע מיט אכט קינדער קוקנדיג דערשראקן אויפן ליידיגע בענקל דארט אויבן אן ביים טיש, זייענדיג מסופק אויב די בענקל וועט נאך אמאל פול ווערן…
ביי די נאכמיטאג סעודה איז שוין נישט געווען קיין ספק. ניין די בענקל וועט שוין קיינמאל נישט פול ווערן.
עס וועט אויף אייביג זיין “טאטיס פלאץ”, אבער “טאטי” וועט שוין קיינמאל נישט זיין. ביז משיחס טאג.
image

שרעקליך ווייטאגליך.
צווישן שרעק און טרויער האב איך געפילט א דערשטיקנדע ווייטאג.
א טיפע ווייטאג וועלכע האט געדראעט צו צוברעכן מיין ברוסט.
און דאן האב איך זיך געטראפן שרייען -פונקט ווי ר יענקל- מיט היסטערישע קולות “געוואלד!!!…די פאוסט!!!…

image

רבותי! וויינט נישט אויף אייער ראלעקס זייגער ווען אייער האנט ליגט נאך אין א הייסע קאלוזשע בלוט!!..

די קליינע קינדערלעך האבן זיך נאכנישט געהעריג דערלערנט דעם פרעמדן “קדיש יתום”, אבער וויינען קענען זיי שוין איינמאל, אוי וויינען זיי..!
image

און מיט טיף פארטרערטע אויגן קוקן זיי ארויס אויף אחינו בני ישראל -וועלכע זייער טאטע פלעגט אזויפיל העלפען- וואס זאל אביסל מיטוויינען, מיטקרעכצן, כאטש מיטפילען.

געטראפן האבן זיי אבער א כלל ישראל וויינען אויפן פאוסט
image

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: