For All Funny and Odd News

image

עבדים משלו בנו פורק אין מידם!  

עס ליגט מיר שוין אויפן הארץ א לאנגע צייט א פארברעכן וואס קומט פאר קעגן יעדן היימישן איד און טאקע דורך נישט קיין אנדערע ווי היימישע אידן,

דאס זענען די אזוי גערופענע “עסקנים” מיט א שלייער פון שתדלנות ביי די פאליציי אין העכערע באאמטע, וואס הענגן כסדר ארום מיט פאליציי, און גייען ארויס טעגליך פרעסן מיט יעדע קליין און הויעך ראנקיגע פאליציי-מאן, און מ’טוט זיך אויף אז מ’האט א “גוד רילעשאנשיפ” מיט זיי, פארשטייט זיך מיטן תירוץ אז ווען ס’וועט אויספעלן צו העלפן א איד זאל מען זיין גרייט. (א סטאטיסטיק האט געוויזן אז 99 פראצענט פון די חברה וועלן ניטאמאל א טובה טון פאר זייערע אייגענע קינדער)

עס איז לעצטענס געווארן א מגיפה פון די סארט אפגעריסענע עסקנים, וואס אין נארמאלע אומשטענדן וואלט יעדער זיך געשעמט צו שטיין אין ווארט מיט אזאנע קליינע מוחות וואס האבן נישט דאס מינדערסטע מענטשליכע קוואליפיקאציעס, טייל קענען ניטאמאל רעכענען אדער שרייבן, און זיכער נישט ספעלן.

די סארט חברה ווען זיי רעדן צו די פאליציי פלוידערט דאס נאריש און פוסטע מויל זייערע ווי א בית הכיסא. זיי בארעדן דעם היימישן ציבור און לאכן ארום מיט די פאליציי אויפן חשבון פון אונז היימישע אידן און פון אונזער קולטור מיט א שרעקליכע נידריגקייט.
די דאזיגע קאפאו’ס שפילן די גרעסטע ראלע ווען די פאליציי דארף הילף “קעגן אונז”, און זענען ביודעים ובלא יודעים די גרעסטע און ארגסטע מוסרים וואס זענען נאר פארהאן אויפן כדור העולם.

אמאל ווען עס איז געווען א נארמאלע וועלט פון עסקנים, פלעגן די דיטעקטיווס און די מידיע זיך ברעכן קאפ ווי אזוי צו זיך אריין ברעכן ביי די חסידים צו באקומען א ברעקל אינפארמאציע. זיי פלעגן זאגן אז מיר זענען ווי די איטעליענער וואס דאס מויל איז זיי פארמאכט אין קיינער רעדט נישט. אלעס דרייט זיך אויס מיטן רוקען צו יעדע סארט מידיע און פאליציי.

היינט ליידער ווען עס פאסירט סיי וואס פאר א אומגליק אדער איבערקערעניש קומען די קאפאו’ס צו לויפן מיט אנגעפילטע זעק סחורה, האלבע אמת און גאנצע שקרים, און פארקויפן דאס פאר ווער עס וויל זיי נאר אויסהערן, אבי צי ווייזן אז ער איז אן אנגעזענער ביי די אינסטאנצן.

רבותי איך ווייס פאר א פאקט וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן ווי די סארט חברה רעדן כל מיני לשון הרע אויף די חסידים און טייל מאל איז עס מסירה פונעם העכסטן סארט. די פאליציי פאסמאקעווען זיך מיט די אידישע קאפאו’ס וואס טוען זייער דזשאב סאך מער ווי זיי האבן זיך אמאל געקענט פארשטעלן. עס איז נאך אזאנס קיינמאל נישט געווען, דער איד איז אלץ געווען אפגעטיילט פונעם גוי נישט קיין חילוק וואס פאר א עסקן ער איז געווען, מ’האט אלץ געוויסט אז דער גוי איז נישט אונזער פריינט בכל אופן.

גלייבסט מיר אויפן ווארט ס’איז ממש א הימל געשריי וואס ס’גייט פאר, אונזער נאאיווער עולם הייבט נישט אן צו וויסן מה טובם פון אונזערע “פאררעטער” (יא איר ליינט גוט, ווייל פארטרעטן פארטרעט אונז קיינער נישט ליידער) און ווער עס איז שולדיג אין די אלע מיאוסע ארטיקלן אין די פרעסע. מ’ווערט אויפגעשוידערט פון א שמוציגן ליין אין די פרעסע און מ’טראכט נישט אריין אז דאס איז געקומען מן הבית פנימה, דאס האט א קאפאו איבערגעגעבן פאר די פרעסע אדער פאליציי.
מ’האלט מיר יעצט נאכן ביטערן אומגליק וואס האט אונז באטראפן מיט ר’ מנחם שטארק הי”ד. פון די ערשטע רגע האבן מיר אלע מחמת נייגער אנגעהויבן גרובלען אין שטארק’ס געשעפטן פונקליך וואס ער פארמאגט אין ארומגעזוכט יעדע סארט שמוציגע ריוויאו, כדי צו זיין די ערשטע צו מעלדן אויף די פאר’סרח’עטע וואטס עפפ גרופעס. אבער לאמיר דאס נאך פארשווייגן.

רבותי ס’זאל אבער יעדער וויסן אז דאס וואס מען האט ארומגעשיקט די אלע אינפארמאציע איז ליידער אנגעקומען סיי צו די פרעסע און סיי די פאליציי. מ’האט געברענגט בידיים די צרה אויף אונז. מיר האבן אנגעהויבן, און די קאפאו’ס האבן דאס ווייטער געטראגן. גלייבטס מיר איך בין נישט מגזם א האר נישט.

מען האלט איצט ביי דעם אז דער דעלי נויס באריכטעט אז מען איז חושד דעם שותף פון מנחם שטארק אז ער איז גאר דער וואס ביהיינד די רציחה ה”י, שומו שמים! ווי קענען מיר שווייגן ווען מ’געט איבער אונזער בלוט פאר די גויים? פארוואס זאל מען נישט פארהאלטן די אידישע קאפאו’ס ווער געט דיר די רעכטן פון רעדן אין אונזער נאמען? וואס איז דאס ארומלאכן אין פרעסן יעדן טאג מיט די פאליס אויפן אונזער חשבון? ועל כולם קומען די אידישע קאפאו’ס און רוימען אריין פאר מענטשן אין אויער אז מען קען נישט וויסן וואס עס ליגט ביהיינד, איך האב געהערט פון די דיטעקטיווס אז דאס און דאס מאכט סענס. אזוי ארום הייבן די אידן אן גלייבן אין די בלבולים וואס מ’מאכט אויף אונז אליינס. אלעס ווייל די פאליציי וויל זיך קאווערן אז זיי געבן זיך נישט קיין עצה מיט די אינוועסטיגעשאן, און זיי טאפן א וואנט, ממילא שיקט מען ארום די אידישע קאפאו’ס זאלן דאס פארקויפן פארן המון עם. טייטש נישט נאר וואס זיי פארמסרן אונז, מאכן זיי נאך זיכער אז מיר גלייבן די מסירה!

מ’ברויך שרייען אין די גאסן: אן עק צו די אידישע קאפאו’ס. מיר ברויכן זיי ארויסווארפן מחוץ למחנה. לאמיר נישט ווארטן ביז עס וועט זיין צו שפעט (אויב עס איז נאך נישט) אין מען וועט זיין א צועק לשעבר.

און צו דיר אידישער קאפאו: ווילסט הייסן אן עסקן זאלסט קענען טראגן א טעלעפאן שבת? מיר וועלן דיר נישט פארשרייען פארן טון דאס אפילו ווען דו וועסט דיך נישט רופן א עסקן, ווייל דאס איז בינך לבין קונך. אבער זיך אנטון א טיטל “עסקן” און דערפאר זאל דער גאנצער ציבור ליידן? דאס וועלן מיר נישט פארשווייגן. 
מיר ברויכן ארויסגיין אין די גאס שרייען אן עק צו די אידישע קאפאו’ס!

מיר בעטן ווער ס’קען זאל דאס ביטע פארליינען פאר די קאפאו’ס ווייל ע”פ רוב זענען זיי דיסלעקסיק און קענען נישט ליינען.

געשריבן דורך די פארווייטאגטע פאלק ישראל

פליז שרייבן קאמענטס צו די בריוו איז יא אדער נישט גערעכט מיט אייערע הערות

א דאנק

Advertisements

Comments on: "Our stupid askunim" (13)

  1. david said:

    אנטשולדיגט מיר זייער אבער די ארטיקל איז זינלאז און אבי-געהאקט פשוט פארוואס נישט. קוקט אויס ווי איינער האט פארברענגט זיין ניטל אויפן חשבון פון אפאר אידעלעך.

    מה שמיטה אצל הר סיני, וואס האט דער קאפו וויאזוי די רופסט אים מיטן באשולדיגונג אז די שותף האט מעגליך א שיכות מיטן טראגישן מארד?

    מען האט אלץ באשמיצט עסקנים, זיי שארן גאלד.. זיי זענען נאר דא פאר זייער פריוואטע אינטערעסן, זיי זענען בלויז דא פאר די פיקטשורס ועוד.
    גערעכט אז עס איז דא ליידער במחנינו פאלשע עסקנים וועלכע לעקן זיך בלויז פאר זייער אינטערעסן. אבער זיי נישט נאיאוו, געלויבט דער באשעפער אונז האבן אזעלכע משוגעים. זיי האבן גענוג געהאלפן און גייען ווייטער העלפן. זיי מאכן געלט? קען זיין. זיי האבן ליב בילדער? קען זיין.
    אבער יעדער טוט א שווערע ארבעט פאר א גוטער בענעפיט.
    וויפיל וואלטן געווארן הצלה צו שומרים מיטגלידער אויב זיי האבן נישט קיין לע לוס מיט בליצערלעך? אבער די תוצאה איז: אידן ווערן געראטעוועט ממות לחיים דורך הצלה און ווען א איד ווערט בארויבט רופט ער ערשט שומרים ועוד..

  2. Shiman said:

    דער שרייבער אדרעסירט גאר א ווייטאגליכן און אזוי אמת’ן ענין, אן אישו וואס ווערט איגנארירט דורך היימישע בת היענה’ס וואס וועלן ענדערש באשולדיגן דעם פאוסט ווי די היימישע קאפאס און רשעים ארורים וואס האבן איבערגעגעבן שוידערליכע פאלשע פרטים קעגן דעם נפטר פאר’ן פאוסט. א חלק פון זיי האבן עס געטאן צוליב פאלנע רשעות און אנדערע כדי צו דעקן די זייערע פריינד אין די פאליציי וואס זוכט צו באשמוצן דעם נרצח ווייל אזוי קענען זיי אוועקמאכן דעם מארד אלס נישט אזוי געפערליך. איך ווייס ערשט האנטיג אז דער פאוסט איז געכאפט געווארן אין איבערראשונג פון דעם אויפברויז און פראטעסט. זיי האבן אמת’דיג געמיינט אז יעדער האט אים פיינט. ס’איז צייט אויסצושפייען די אלע קליינקעפיגע לעקערס\לעלוס וואס בארעדן און באשמוצן אונז פאר די פאליציי, און די גוי’אישע גאס און מסר’ען אונז פאר א נזיד עדשים, א פי בי עי קארד און א רויטע לייט אויפ’ן דאך

  3. Mandy said:

    And one part I don’t like that you put all the askonim in one boat and stigmatized all of them as bad people , I will agree that most so called askonim do work for themselves and their interests , but you can’t take away what some of the real askonim do for private people and the community, one of them I know personal as my uncle m.d. Niederman, and I am sure that there are more out there loyal to their communities

    You are probably from the other part of satmer , and he doesn’t represent your community (when it’s local satmor politics) he worked his entire life to help people, the proof is that he never made any money out of the whole political connections he had all these years

    so let’s stop the profiling

  4. Jacob said:

    I had a personol story and one of the big askunim voted against me in court and I ask him why so he answerd bec he can’t vote for me bec then the goiyam will scream racict so that’s why he voted against me and all rabunim is supporting him

  5. Zalmen leib said:

    ביי דע וועי איך האלט אז דער ארטיקל איז הונדערט פראצענט גערעכט
    ער טרייבט אפשר אביסל איבער מיטן פאררופן אלע עסקנים קאפאוס
    אבער דאס איז א פאקט וואס איך ווייס אז א גרויסער עולם פון דעי וואס זענען ׳גוט׳ מיט דיטעקטיווס און פאליציי געבן איבער אינפארמאציע וואס העלפט זיי ארויס
    ס׳האט נישט קיין זון צו לייקענען ווען די פאליציי און עף בי איי זאגן דאס אליין
    וואס מיינט עטס די אלע גויאישע גרויסע קעפ זענען אזוי אונטערעסירט צו זיצן און פארברענגען מיט היימישע יונגלעך
    אויב מליינט די פאליציי בלאגס קען מען זעהן די שנאה וואס איז דארטן דא כאיש אחד בלב אחד קעגן די חסידים
    און אלל אוו עי סאדדען זוצן זיי און פארברענגן מיט היימישע יונגעלייט ווי די בעסטע חבירים!!

  6. גלות איד said:

    דער שרייבער פון די שורות איז דאך אזוי מין ביטער גערעכט,דאס הארץ רייסט וואס מיר האבן זיך דערלעבט,מען לערנט זיך נישט אפ פון די היסטארי פון כלל ישראל פון די לעצטע צוויי טויזנט יאר וואס מיר זענען אין גלות,ווי קען נאך זיין א בעסערע משל פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה, ווער עס ווייסט אביסל היסטארי ווייסט אז אין דייטשלאנד איז געווען גרויסע קנאקערס אין די רעגירונג,אויך מיט חשבון פון עסקנות אין מען האט דירעקט גוט געלעבט מיט באמטע, אבער ווען עס איז אנגעקומען היטלער איז פון איין מינוט צי די צווייטע האבן זיך די באמטע געווען די ערשטע צי אויסעסן די אידן מיט די גרעסטע הנאה,אין געשפילט דעם ולא ידע את יוסף,

    אין איך זע ווי עס קומען ציקריכן די סארט בהימות אין הייבן אן צי וויינען אזוי אומשילדיג, הצלה ראטעוועט אידן… שומרים העלפט אידן… אין נאך נאן סענס, איז דען די רעדע פון הצלה אין שומרים? וואס דע טאמע וואטע? מ’רעדט אונזער לעזיאנס אין זייערע נאך שלעפערס אין הערטס אויף ווארפן זאמד אין די אויגן פון נורמאלע מענטשן, לעזיאנס איז א קענסער פאר כלל ישראל! בלא מובן המילה!

    זיצן אין פארברענגען מיט פאליס האט נאך קיין גיטס קיינמאל נישט געברענגט,די פאליס ברויך לעזיאנס פאר זייער אונטערעסע צי העלפן ווען מ’ברויך גראבלען אידן אדער באראויגן זייערע עוולות,

    זאל אונז דער אייבערשטער אפהיטען פון אלעם שלעכטס וואס קען ארויסקומען פון די סארט עסקנים

    א פארווייטאגטער גלות איד

  7. וויגטיג מאכער said:

    Can’t be better written, its really painful how messed up we are with does people

  8. פאליס לעזיאן said:

    וויי וואס אונז האמער דערלעבט,

    איינער פרעגט מיר צי די אמאליגע עסקנים זענען אויך אזוי געוועזן,דע ענטפער איז אז אוודאי נישט,מ’האט געהאלטן נאך א קריג און די וומס’ער יודן זענען געווען ארומגענומען מיט א שיליאן גוים, און אז ס’האט זיך געיאוועט עפעס איינער וואס איז גוט געווארן מיט איינעם פון די באהערדע, (מערסטנס איז עס געווען אין די האוזינג דיפארטמענט אדער אימיגרעישן דעפארטמענט), איז ער געווען א גאנצער קנאקער און מ’האט עם געטרייט אויסצונוצן ווי מער מעגליך,יעדער האט נאך געלעבט אינטער די אימפרעשן פון דער אמאליגע היים אז פון דע ‘רעגירונג’ דארף מען זיך אכטונג געבן,און יודישע ליגנטס האבן זיך געגאסן ווי וואסער,

    מ’פארציילט אז אמאל אינדערהיים ווען איינער איז געגאנגען איינשרייבן זיין קינד ביי די שטאט די ערשטע מאל (מ’האט עס געקענט טוהן ביז די 3 יאר) האט ער געפרעגט א חבר, זאג נאר יענקל, וואס האלסטו ? זאל איך זאגן אז ער איז א יאר עלטער ווי ער איז אדער א יאר יונגער ? פרעגט ער עם, אפשר זאגסטו טאקע דע אמת’דיגע דאטום ווען ער איז געבוירן ? זאגט ער, דו ווייסט וואס, ס’איז מיר טאקע נישט איינגעפאלן…….. די פשט איז אז דע רעגירונג איז אלץ געווען ‘דער שונא’, און ווען ס’איז געלונגען און מ’האב איינגעקלאפט מיט איינעם האט מען “גע’ארבעט אויף יענעם” און ארום גע’חוש’ט און געזאגט האלבע אמת מיט גאנצע ליגנטס און אזוי לאנג געדרייט ביז מ’האט ארויסבאקומען די טובות וואס מ’האט געוואלט,ווען ס’זאל דעמאלס א פאליס אדער סיי ווער פרעגן פאר א עסקן סיי וואספארא אינפארמאציע אויף איינעם וואלט דע עסקן גענטפערט אז ער גייט מברר זיין, און נאכדעם וואלט ער געלאפן צו דעם יוד און עם געזאגט וואס מ’פרעגט אויף עם,לויפט דער יוד צו הערשל קעסטנבוים אדער ליפא פר”מ און פרעגט א עצה, און זיי זאגן עם אז ער זאל שוין גיין רעדן צי א לויער (עפעס א אלטע פרייער פוילישער יוד וואס איז געווארן א לויער דאהי און איז גוט מיט ר’ סענדער, און בעט זייער ווייניג געלט ווען ר’ סענדער קאלט עם פאר א טובה),אזוי האבן זיך געלעבט די יודעלעך צווישן די גוים און געפירט א ווירטשאפט, און געשאפט דירות, געשאפט אביסעלע פראגראמען פאר די מוסדות, אינדארסט פאליטישנס, געווען גוט מיט סענאטאר’ס וכו’,אלץ אויף דעם אמאליגן שטייגער פון דער יודישער חברה’מאן וואס קליגט איבער די רעגירונג,

    איז אבער געקומען דא א נייע תקופה ממש די לעצטע יארן, אז די יאנגסטערס זענען געוואר געווארן אז כדי צו זיין גוט מיט א ערל און באקומען פון עם א בלינק מיט די אויג כ”א כסליו ווען יעדער זעט מוז מען נישט זיין קיין ראש הקהל פון סאטמער, און אפילו נישט קיין פירער פון קיין קלענערע מוסדות,נאר גאנץ פשוט, “מ’קלאפט איין”.

    אנגעפאנגען האט זיך עס מיט גאר ווייניג אזעלעכע נייע קליגע,אבער ווען די ‘עידזשעס’ האבן גראדואירט פון ישיבה האבן אפיר געשפראצט מער און מער, און אזוי ווי מיט קיין קאנגרעסלייט און סענאטרן האבן זיי דאך נישט געקענט איינקלאפן ווייל ניטאמאל קיין געהעריגע ענגליש קענען זיי,האבן זיי אפגעמאכט אז א פאליסמאן מיט א שטעקן איז אויך אינטערעסאנט….איז האבן זיי קודם געכאפט א פאליסמאן, (וואס מאכט ווייניגער נעט א יאר ווי דער פארקויפער אין לעפקאוויטש גראסערי) און עם אנגעהויבן צו גריסן ‘פריינטליך’ און נאך א וואך צוויי האט עס אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלעך און דער פאליסמאן האט עם געפרעגט האו אר יא ? אוי באשעפער זיסער, איז דאס געווען א גוטער טאג, פון דא און ווייטער האט זיך עס שוין גערוקט מיט א שנעלצוג און ער האט זיך געטראפן טיילן פיצא פארן פאליסמאן “מיט 5 פון זיינע חבירים אויפאמאל”, אקעי ער איז שוין גוט מיט 6 פאליסלייט, נעקסטע מאל מ’האט עם אפגעשטעלט פאר א טרעפיק סטאפ אויף פען סטריט איז צו משל געווען איינע פון זיינע 6 פאליס לייט און צו זיין ווינדער זאגט עם דער פאליס, היי האו אר יא ? דרייוו קערפולי, וואטש וואט יור דאינג, און ער לאזט עם גיין ווייטער,,,

    וואאאאס ??? אזוי ? איז דאך פשט אז מ’קען ‘אסאך אויפטוהן’ !!!!!!

    ווארפט ער זיך אריין דערון מיט אלע כוחות און ער הייבט אן צו טיילן גרעסערע פרייזעס און דערזעט זיך גוט מיט 30 פאליסלייט + א קעפטן, אהההה, יעצט האט ער שוין געקענט אפילו פייטן א טיקעט צוויי פאר זיין חבר אויכעט… יעצט איז ער שוין א “עסקן”.
    איז אזוי, פון אנפאנג איז עס געווען ממש נאר געציילטע וואס האבן געקענט באווייזן דעם גאנצן קונץ שטיק. אבער ווען ס’האבן זיך געמערט די ‘עסקנים’, און די פאליס דעפארטמענט איז געווארן אנגעפילט מיט זיי האבן זיי זיך דערזעהן מיט מער פיצא ווי טיקעטס, האבן זיי מ’כלוימערשט געמאכט פאליסיס אז מ’נעמט שוין גאנישט פון
    קיינעם, “און געהאנגען צעטליך אפילו אין ניימאן’ס בעקערי” אז מ’טאר מער נישט געבן קיין פרי פוד פאר פאליס לייט, האבן אבער אומזערע עסקנים זיך א עצה געגבן מיט די ‘גזירה’.און שטענדיג געטראפן וועגן ווי אזוי צו בלייבן אין ‘קלאוז רילעישנשיפ’ מיט זייערע פרענדס.

    יעצט איז אזוי, יעדער שמש פון א ביהמ”ד וואס האט געוואלט אפשפארן א גאס איז געוואר געווארן אז ער מוז שוין נישט זיך מיטשען און אראפגיין אליין אויספילן א פארם, און ווער רעדט נאך ווען ס’איז אין א ראש, אדער א צייט פון יאר וואס ס’איז שווער צו באקומען א פערמיט, איז שיקט ער אראפ דעם עסקן (וואס יעדע קליינער ביהמ”ד האט כאטשיג א 2-3 פון דעם). און יענער בעט פון איינער פון זיינע פרענדס אויסצופילן דעם פארם פאר עם, (ווייל ער קען נישט קיין בעסערע ענגליש פון דעם שמש),און יעצט איז ער שוין געווארן א ‘עסקן לשם שמים, וואס יומם ולילה לא ישבותו לטובת הכלל והפרט וכו’. און כלל ישראל האט ממש אויפגעלאכטן, דער עסקן בלינקט זיך מיטן פאליס און יעדער קומט עם פרעגן עצות, (נישט אויף טיקעטס ווייל אויף טיקעטס האט מען שוין אויפגעגעבן צו פייטן, ווייל ווען יעדער עסקן זאל נאר קענען דיסמיסן 10 טיקעסט א חודש איז קיין איין טיקעט פון וומ”ס נישט וועליד, ממילא ארבעט עס נישט מער ביי די פאליס), און זיי שטראלן פון שמחה של מצוה, וואס הייסט ? זיי העלפן ארויס יודן……

    בקיצור ס’האט זיך אזוי געדרייט דער באל ביז מ’האלט אין א מצב אז אין אפאר יאר ארופ וועט זיין פאר יעדער פאליס מאן אין די 90 פריסינקט בערך 12 עסקנים וואס זענען גוט מיט עם,

    איז וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם ? אדרבה כמותם ירבו ! איז אבער דער פראבלעם אז די אלע עסקנים פארשטייען נישט אז דער זעלבער אינספעקטאר/דעטעקטיוו מיט וואס ער איז יעצט ענדליך גוט געווארן, נאך 10 יאר זיך לעקן און טיילן פרייזעס פאר אלע חברה נידעריגער פון עם, (אלעס לטובת הכלל), איז אויך ממונה אויף קריים,און ווען דער דעטעקטיוו זאל אריינגיין אין הצלחה גראסערי און פרעגן איינעם א שאלה אויף דעם און דעם’ס ביזנעס וועט ער עם אנקוקן ווי א רשע וואס וויל טוהן צרות פאר א יוד און ער וואלט עם קיינמאל נישט געענטפערט, און צו מארגנס וואלט גאנץ פאפא, צעהלים געוויסט פונקטליך וואס דער פאליס וויל וויסן, (אויסער אויב דער דעטעקטיוו טרעפט אן א ראצער וואס איז פון די צוקימפטיגע ‘עסקנים’, וואס יענער וואלט נישט געוויסט ווי אזוי גענוג צו דאנקען דעם אויבערשטן פארן עם צושיקן א ‘יוניפארמד אפיסער’ אין גראסערי וואס זאל רעדן צו עם ‘אזוי פריינטליך,),האט אבער דער דעטעקטיוו געטראפן א עצה, ער וועט ארויסנעמען דעם ליסט פון די 15-20 ‘העכערע’ עסקנים וואס זענען שוין לענגער אין די סיסטעם און האבן שוין אמאל גערעדט מיט עם, (נישט די קלענערע 80 עסקנים), און ער וועט איינעם גרענטן זיין ווינטש ארויסמוגיין פאר א לאנטש, און ביז 15 מינוט וועט ער אלעס וויסן, ווי אזוי ??? גאנץ פשוט, ער פרעגט אים אזוי אינמיטן שמועסן פריינטליך ביים לאנטש

    Tell me , is Moses Kaufman involved in 133 spencer LLC ?

    Do you have a idea if he was a investor in that project ?

    אדער פרעגט ער, you know Moses Kaufman ? Where is his primary business location, in Queens or in his downtown office ?

    אדער, do you have any knowledge if Moses Kaufman is a active board member of this Non profit organization ?

    אדער צומאל מוז ער דאס ניטאמאל טוהן אויף א לאנטש , נאר ער בעט פשוט פאר איינעם נידעריגער פון עם אז ער זאל פרעגן די און די שאלה אימיטן א געשמאקע שמועס אזוי מסיח לפי תומו,און ווען דער אפיסער קומט צוריק צום אינספעקטאר מיטן געבעטענע אינפארמעישן ווייסט ער אז דער אינספעקטאר איז יעצט העפי מיט עם, וואס דאס איז עם מער ווערט ווי 100 עסקנים צוזאמען, ס’האלט שוין אזוי ווייט אז די דעפארטמענט ווייסט שוין פומקטליך וועלעכע עסקן דרייט זיך ביי וועלעכע קרייזן און וועלעכע שוהל, און זיי גייען שוין גראד צום ריכטיגן עסקן לויט וועם זיי דארפן אינפארמאציע אויף…..

    רבותי. “”””””דאס איז מסירה וואס אינדעהיים האט מען געוויסט אז ער איז מחיוב מיתה””””””””””””

    בושנו מכל עם……..

  9. yossi said:

    יעדעס ווארט איז ליידער אמת ויציב איך וויל נישט צולייגן נאך משום כבודן של בני אברהם יצחק יעקב

    אליין שוין מיטגעהאלטן עטליכע מאל לצערי הגדול

  10. כאפצעם said:

    עס ציטערט מיר הענט אין פיס, איך בין ממש קראנק ווי מיר האלטן ,

    איך בין נישט קיין גרויסער ידע’ן אין די וועלט פון לע לא עסקנים, אבער איך פלעג אלטס האבן דע שרעק אז דע טאטע רייסערס האבן א לויז מויל אין הייבן נישט אן צי וויסן אז זייער פלוידעריי מיט די פאליס ווערט אוועק געלייגט פאר א רעני דעי קעגן עני היימישער איד אדער ווייסן יא אין עס גייט זיי נישט אבי צי קענען ארומלאכן מיטן סארדזשענט , אין איך האב שוין כמה פעמים באמערקט ווי מען לאכט ארום מיט פאליס באערדע מיט אזא ביטול אויף אונזערע מענטשן ממש אן עקל אין א גרויל,

    איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווען איך בין אמאל דורך געגאנגען אזא קופקע פון פאליס מיט דעי לעלוס וואס עס הייסט אז זיי געבן אבאכט אויף אונזער קאמיונעטי ,אין אזוי ארומגעלאכט ווי סתם פראסטע גויים געלעכטער, אינמיטן איז דורך געגאנגען א פרומע פרוי מיט א שפיצעל אין אזוי איידל געואקט מיט אירע קינדער אין זי האט זיך אביסל ארומגעמיטשעט מיט בעגס אין א קערידזש, א טיפיקעל היימיש ווייבל אין עטס האטס געברויכט זען דאס געלעכטער וואס עס איז געוען אויף איר חשבון,אין זיך געקוילערט פון דאס ווייבל’ס פארנאטישקייט, איך האב ממש געוואלט וויינען ווי מיר האלטן אין ווער עס רעדט אין אוזער נאמען,

    אז דער גוי זעט ווי דער איד שפעט אפ פון אייגענע אידן איז וואס פארלאנגט מען רעספעקט פונעם גוי?

    אין אנדערע ווערטער האט די פארשאלטענע אמעריקאנע סאסייעטי השפעה אויף אונזערע אינגעלייטלעך אין ווייסן נאר פון שוואויל טאג אין הייבן נישט אן צי וויסן אז מיר זענען אין גלות אין נישט די ענ וויי פי די וועט ברענגען די ישועה פאר אידן

    א פארווייטאגטער פלענער איד

  11. yoeli said:

    Wow wow I never knew what’s behind those whana bees, its unheard of

  12. נחמיה מייזזעלס said:

    ס’איז נעכטען ארומגעפארן א ארטיקל וועגן די חרדישע עסקנים אין ס’קען זיך פאר איינעם וואס ליינט עס דאכטן אז די באשעפער איז חלילה באנקראט ניין טייערע אידן די באשעפער איז נישט באנקראט ס’איז נאך דא עסקנים וואס מיינען עס בלתי השם לבדו שלא כל מנת לקבל פרס נעמטס אזא טייערע איד ווי העסקן הנמרץ ר’ משה דוד נידערמאן וואס האט מן הסתם די גרעסטע קאנעקשאן’ס פון אלע היינטיגע חרדישע עסקנים און ער האט קיינמאל עס נישט גענוצט פאר זיך, זיך רייך צו מאכן און ער האט קיינמאל נישט גערעדט אויף א איד, נעמטס אזא איד ווי העסקן ר’ אברהם יעקב פערעלשטיין פון קאמיוניטי בארד 1 וואס טוט טובות פאר ווער עס בעט אים וואס איך אליין האב שוין מיטגעהאלטן צענדליגע מאל אין ער האט קיינמאל נישט גערעדט אויף א איד, אזא איד ווי הרבני החסיד מקדש שם שמים א איד וואס האט געלעבט אויף מסירות נפש ר’ משה אליעזר זיגעלמאן שליט”א וואס איז געזיצן אין תפיסה פארן נישט וועלן מסר’ן א צווייטע איד, אזא איד ווי העסקן ר’ נפתלי אויש רעביי אין MDC תפיסה וואס האט שוין יארן קאנעקשאן’ס צו די הויכע פענסטער’ס (רוב עולם האט מסתם קיינמאל ניטאמאל געהערט זיין נאמען אין דער אייבירשטער זאל העלפען אז קיין שום איד זאל צו אים נישט דארפן צוקומען) אין ער האט קיינמאל נישט גערעדט קיין שלעכטס אויף א אידיש קינד, אזא איד ווי העסקן ר’ אריה לייב גלאנץ וואס האט געהאט די גרעסטע קאנעקשאן’ס אין די קארעקשענאל דעפארטמענט וואס טאקע פארדעים האט די שמוציגע פאוסט אים געטרייט ארייצולייגן אין תפיסה וואס האט אלעס געטון צו העלפען א איד, אזא איד ווי העסקן ר’ יעקב הורוויץ ע”ה פון מאנסי וואס האט געהאלפן אידישע קינדער ווען ער האט געקענט, אזא איד ווי העסקן ר’ יעקב פעקעטע וואס ס’האט אים געדראט תפיסה פארן נישט וועלן מסר’ן אידישע קינדער, אזא איד ווי ר’ אברמי רובין וואס ס’דראט אים תפיסה ווייל ער האט געוואלט ראטעווען א איד פון גיין זיצן אין תפיסה וואס ווען דער רשע מרושע מסור הידוע בארי דייטש שר”י נעמט ווען דאס געלט אין דראפט די טזשארזשעס וואלט קיינער קיינמאל נישט געוואוסט אז ער האט עס ערלעידיגט, אזא איד ווי העסקן ר’ שלום דייטש וואס העלפט בגלוי ובסתר הינדערטער אידישע קינדער, and the list go’s on and on אין נאכדעים איז דא אידן וואס העלפען דורך אנדערע וועגן אזא איד ווי ר’ מנחם משולם בן ר’ ישראל שטארק הי”ד וואס האט געטיילט מיליאנען דאלער פאר צדקה שלא על מנת לקבל פרס, אזא איד ווי ר’ מרדכי אהרן מייזליש בן אב”ד סאטמאר ב”פ נכד כ”ק הרה”ק בעל ברך משה מ’סאטמאר זי”ע מיט ר’ הערשעל קאהן פון RCCS וואס האבן שוין געראטעוועט טויזענטער אידישע קינדער ממות לחיים, אזא איד ווי ר’ שלמה באכנער פון בוני עולם וואס האט שוין געהאלפן אראפברענגען הינדערטער אידישע קינדער אויף דער וועלט, אזעלכע אידן ווי די סקווירא ב”פ משפחה כ”ק אדמו”ר מ”סקווירא ב”פ מיט זיין ברידער ר’ יצחק (איצי) טווערסקי מיט זייער שוואגער הרב ר’ אליעזר וועלוועל האגער אב”ד וויזניץ מאנסי בירושלים בן כ”ק אדמו”ר מ’וויזניץ מאנסי שליט”א וואס העלפען טויזענטער אידישע קינדער דורך זייערע קאנעקשאן’ס מיט די גרעסטע דאקטוירים וואס איך אליין האב מיטגעהאלטן לעצטענס ווען מיינס א נאנטע קרוב איז געווען אין שפיטאל אין ר’ אליעזר וועלוועל האט ערלעידיגט די גרעסטע דאקטוירים שלא על מנת לקבל פרס, שרייען מיר אויס ניין הייליגע באשעפער ביסט נישט באנקראט ס’איז נאך דא אידן וואס האבן דעים שויתי ה’ לנגדי תמיד פאר די אויגן ס’איז נאך דא אידן וואס מיינען עס בלתי ה’ לבדו

  13. אקעי טאטי said:

    איך בין נישט די גרויסע שרייבער אבער איך מוז נעמען די קיע-בארד פאר צוויי מינוט אין געבען א זעץ אין ענקער פארשימילטע מוח’ס פאר מעררערע אידען אויב סוועט אנקומען סיי ווי, איך ווייס פשוט נישט ווי אנצוהייבען אין ווי צו ענדיגען איך דריי מיך אהער אין אהין איך טריי מיך צו באהאלטען פאר בושה וויאזוי איך וואלט אנגערופען די מענטשען גאנץ קלוגע אידען אין באזעצענע מענטשען יעדער מיטן זעלבען פזמן קעגען די פאסט,

    איז אזוי, דא איז דא 2 טעותים איינס די פזמן מיר דארפען אן אפאליזשי אין 2נסט עסקנים/טופשים פירען די מערכה .א חוץ וואטסאפפ זעט מיר אויס אז קיין איין חאריידי האט נישט קיין אנונג וואספארא צייטונג דאס איז די ניו יארק פאוסט לעבט אויף אזאלעכע גאסיפס אין באשמוצען די מענטשהייט, איך רעד שוין נישט אז זיי האבן גענוג דעקונג איך רעד שוין נישט אז דער מענטש איז טויט ער קען שוין נישט זיך פארענטפערען איך רעד שוין נישט אז ער איז א איד, איך רעד שוין נישט ועל כולם א חרדי, זיי טוען סערווירען וואס מענטשען ווילען הערן.

    אקעי אין קורצטן גיי גאגל ווען די ניו יארק פאוסט האט זיך אפאלישייזעד פאר א פרוואטע מענטש, א פאלוירענע מערכה הייבט מען נישט אן פאר יעדער גייט אין קארט אדער האט עטץ שוין געהאט א דין תורה קוקט יעדעריינער וויפעל % האט מען, דא איז דא ניטאמאל א % אויף א % זיי גייען אזאנס טון, גיי גאגל אין היסטערי אויב זיי האבן שוין אזאנס געטון נעווער עווער!!! איז אזוי !!! דאס ריכטיגע וועג וואלט ווען געווען מנעמט אפאר גריבענע עכטע פאליטישאנס מנעמט ארויס די חברה פאר לאנטש, סאפפער, וכדו’ אין נישט פארגעסען פין די עיקר מיטנעמען א בינטל “סי אוי די” יא קעש איז די איינציגסטע וועג וואס האט נאך געארבעט אנגעהויבען פון אונזער וועג ווייזער אברהם אבינו צום פאליטישן עפרון אין מיטן פאלטשען שמייכל קלאפען די פלייצע אין זיך חנפה’נען אז ער זאל נישט שרייבן אזוי אין אזוי אדער צופיצען וכדו’ דאס איז דער וועג!!! קומען אפאר ראציגע פערדן נישטא קיין משל אין קיין אויסדריק פאר אזאכע שוטים עסקנים נעמען זיך פירען א מערכה אן קיין הענט אין פיס נישטא קיין ציל מפרייט זיך אאהה דער רעדיא האט עס געקאווערט דער מידיע רעדט דערפון אין וואס איז יעצט… ? קיינער ווייסט נישט….? דע מקוה חכמים זענען מסביר אאה סקומט….. אן…. מקומט אן ערגעץ.!! ווי…??סקומט אן צו די הויכע פענסטערס..? וועלעכע פענסטער… ?? אפשר אין דיין בוידעם פענסטער, אויב די וואוינסט הויעך!! בהמות וואס עטץ זענץ ווער עס דרייט זיך אין די גאס ווייסט אויב קען א גוי הערן א לשן הרע אויף א איד וועט ער דאס קויפען אפילו וועסט אים באצאלן אז ער זאל עס נישט קויפען יעצט וואס איז געשען מיט די נויז אז נאך צענדליגע טויזענטער גוים האלטן אז עס איז דא שלעכטע אידישע לענדלארס,!!!!! , יעצט לאמיך ענק געבן צו פארשטיין אביסל ווער זענען אונזער עסקנים אין קורצן אויב עטץ גדעקנסט אין חדר פלעגט זיין קינדער וואס פלעגען ביי ריסעס ארום די גאנצע חדר און שנארען פון איינעם א האלב געביסענע פרעטצעל (נאך אלעם קען מען עס נוצען פאר א ציגרעטל אפילו סאיז טאקע ווייעך פין לעקען א דריי פערטל שעה) אין פון אן אנדערעם 4 ספרינקלס פין א קאפ קעיק,אין דערנאך הייבט זיך דאס אייגנעם גבעקעכטץ מיטן אייגענעם הכשר נעמט זיך בייסן די נעגל פאר האלבע שעה. נא די רבי איז געווארן נארוועז און קומט אויף מיט א בליץ ….זרח קום אהער…. גיט איעם א צעטל גיי ארום צו אלע חדרים מיט א לע”נ צעטיל…פטור פון דעם פארשון פאר צוויי שעה, יעצט איז אזוי די רעביס האבן שוין געוויסט אויב עס קומט אריין א יונגל מיט די געגעטע הויזען דען איז עס א פארס אלארעם האט דע רבי געוויסט עפעס איז ראנג דא אין בעסטן פאל האט די רבי געטראכט אז זיין רבי וויל פשוט שפארן געלט פאר זיין מאמע ווייל מסתמא שארפט ער אויס די פענסיל יעדע 4 מינוט עס זאל זיין גענוג שפיציג אזוי גייט אויס 30-40 פענסלעך א טאג…. אין די ישיבה איז מסכתה פאר זיך כאב יעצט נישט קיין נערוואן צו שרייבען אבער פון אזאלעכע עסקנים רעדט מען דא וואדסען זיי אויף מיטאמאל פארמאגן זיי פי בי עי מקוה קארטלעך פארשטייצעך די גאנטצע נר למצוה זעקל לייטס רעדיא דריי טעלפוינס איינס פאר וואטסאפפ איינס פאר בי בי עם איינס פשוט צו קענען זאגען יאנקל קאלל מיך אריין אין מיין אנדערע טעלעפון……. כככככ א מין פערד!!! יעצט איז אזוי זיצט ער א גאנטצען טאג אין פאליס סטעשען רעדט צאם כל דבר אסור נישט ווייל עס שטערט מיך נאר ער באמת א ליידיגע קאפ האט נעבעך נישט מער וואס צו רעדן דא ביי אונז האט ער נישט מיט וועמען צו רעדען גייט אדורך א פאר יאר פלוצלוג מדער זעט אים מיט שליסלך האט שוין א גאנטצע שיקול הדעת וואס יא, וואס נישט, קומט אריין אין מקוה, איך וואנדער זיך נארמאלע מענטשען פרעגן דעם אקס נאא ר’….. וואס זאגסטו איבער די גאנטצע זאך….נאכן אפ זאגן זיין טיפשות …פארשטייצעך ער נעמט ארויס 6 מאל פיר טעלעפוינס אינמיטן זיין רעדן כאילו אבאמא אליין טעקסט עים יעצט…. וואס איך וואלט מיך ענדערשט אראפ געבויגען צו הערען זיין שיך רעדן ווי איידער וואס ער רעדט, גלייב מיר עס קומט יעצט אריין צו אים די ארטיקל ליינט עס יעצט דורך, האלט אויף די פיר לעמעלעך נעבעך אין ער ענטפערט יעצט, לאל….. לויפט דורך זייער מוחות מסתמא איז דאס די קאמישענער…. ער דארפט דאך זיין אן טאפ ער האט פעסטע קאנעקטשעןס…. איז דא פין די פאר הידיוט’ם קפץ בראש וואס פארשטייען שוין יא אביסל מער מאכן אזא חשבון אה”נ מוועט טאקע גארנישט האבן דערפון אבער אויב מידיע וויל איך זיין דערוף גייט מיר נישט אן צו איינער וועט ליידען דערפון איך דארף דערולם זאל זען מיין געוויקס אזוי וועט מען מיינען אז איך האב קאנעקטשען אזוו” אונזער מעסדזש איז זייער קלאר באזעצט דיך נישט אויפן פיילעט סיט אז די קענסט נישט דרייווען ווייל סכ”ס וועסטו אראפ ברענגען דעם גאנטצען פליגער אז די האסט נישט קיין קאנעקטשען אז די קענסט נישט אויפטון.אז די האסט נישט קיין געלט צו שמירן קיינער וועט נישט האבן קיין טענות אבער טון זאכן ווייל די ווילסט האבן אטטענטשען אין ראטען אויף אונז און ביי וועלעכע מיטינג מיר טרעפען זיך מיט פראפעשענעל מעטשען שטעלן אונז אפ און פרעגן איבער דעם זה בלא… דאס איז נישט קיין שום יושר זיך באנוטצען מיטן חותם של מלך, ….. איך ווייס נישט צו כעל אויפטון באט איף סוועט זיין קלוגע מענטשען וועלן אויפקלערן אונזערע טייעערע כעלעמע נער’נים (עסקן בלע”ז) דאמלס אנשטאט די פאסט זאל וויסן פאר נעקסט טיים וועט מען מער אויפטון אז די נערנים זאלן וויסן וויאזוי צו באהאנדלען אזא עסק נעקסט טיים….

    feel Free for Any common

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: