For All Funny and Odd News

מיר האבן באקומען א ריפליי אויף אינזער פאריגע ארטיקל איבער די היינטיגע א”ג עסקנים וואס איז כדי צו אראפברענגען אלץ אן ארטיקל פאר זיך.

די נאמען פונעם שרייבער איז געהיטן ביים רעדאקציע.

ביטע לאזט אייער קאמענט

image

מיר ווילן קלארשטעלן אז מיר מיינען חלילה נישט אראפצורייסן די ערליכע עסקנים וואס טוען אן עבודה מיט מסירת נפש ממש מיר באציען זיך אויף די וואנעביס

וויי וואס אונז האמער דערלעבט איינער פרעגט מיר צי די אמאליגע עסקנים זענען אויך אזוי געוועזן, די ענטפער איז אז אוודאי נישט, מ’האט געהאלט נאך א קריג און די וויליאמסבורגער יודן זענען געווען ארומגענומען מיט א מיליאן גוים און אז ס’האט זיך געיאוועט עפעס איינער וואס איז גוט געווארן מיט איינעם פון די באהערדע מערסטנס איז עס געווען אין די האוזינג דיפארטמענט אדער אימיגרעישן דעפארטמענט איז ער געווען א גאנצער קנאקער און מ ’האט אים געטרייט אויסצונוצן ווי מער מעגליך, יעדער האט נאך געלעבט אינטער די אימפרעשן פון דער אמאליגע היים אז פון די ‘רעגירונג’ דארף מען זיך אכטונג געבן, און יודישע ליגנטס האבן זיך געגאסן ווי וואסער מ’פארציילט אז אמאל אינדערהיים ווען איינער איז געגאנגען איינשרייבן זיין קינד ביי די שטאט די ערשטע מאל מ ’האט עס געקענט טוהן ביז די 3 יאר האט ער געפרעגט א חבר, זאג נאר יענקל, וואס האלסטו ? זאל איך זאגן אז ער איז א יאר עלטער ווי ער איז אדער א יאר יונגער ? פרעגט ער אים אפשר זאגסטו טאקע די אמת’דיגע דאטום ווען ער איז געבוירן ? זאגט ער , דו ווייסט וואס ס’איז מיר טאקע נישט איינגעפאלן ..…… די פשט איז אז די רעגירונג איז אלץ געווען ‘דער שונא’ און ווען ס’איז געלונגען און מ’האט איינגעקלאפט מיט איינעם האט מען “גע’ארבעט אויף יענעם” און ארום גע’חוש’ט און געזאגט האלבע אמת מיט גאנצע ליגנטס און אזוי לאנג געדרייט ביז מ’האט ארויסבאקומען די טובות וואס מ’האט געוואלט, ווען ס’זאל דעמאלס א פאליס אדער סיי ווער פרעגן פאר א עסקן סיי וואספארא אינפארמאציע אויף איינעם וואלט די עסקן גענטפערט אז ער גייט מברר זיין, און נאכדעם וואלט ער געלאפן צו דעם יוד און עם געזאגט וואס מ’פרעגט אויף אים לויפט דער יוד צו הערשל קעסטנבוים אדער ליפא פר”מ און פרעגט א עצה, און זיי זאגן אים אז ער זאל שוין גיין רעדן צו א לויער עפעס א אלטע פרייער פוילישער יוד וואס איז געווארן א לויער דאהי און איז גוט מיט ר’ סענדער, און בעט זייער ווייניג געלט ווען ר’ סענדער קאלט עם פאר א טובה אזוי האבן זיך געלעבט די יודעלעך צווישן די גוים און געפירט א ווירטשאפט, און געשאפט דירות, געשאפט אביסעלע פראגראמען פאר די מוסדות, אינדארסט פאליטישנס געווען גוט מיט סענאטאר’ס וכו ,’אלץ אויף דעם אמאליגן שטייגער פון דער יודישער חברה מאן וואס קליגט איבער די רעגירונג

איז אבער געקומען דא א נייע תקופה ממש די לעצטע יארן, אז די יאנגסטערס זענען געוואר געווארן אז כדי צו זיין גוט מיט א ערל און באקומען פון אים א בלינק מיט די אויג כ”א כסליו ווען יעדער זעט מוז מען נישט זיין קיין ראש הקהל פון סאטמער, און אפילו נישט קיין פירער פון קיין קלענערע מוסדות ,נאר גאנץ פשוט, “מ’קלאפט איין” אנגעפאנגען האט זיך עס מיט גאר ווייניג אזעלעכע נייע קליגע ,אבער ווען די ‘ עידזשעס ’ האבן גראדואירט פון ישיבה האבן אפיר געשפראצט מער און מער, און אזוי ווי מיט קיין קאנגרעסלייט און סענאטרן האבן זיי דאך נישט געקענט איינקלאפן ווייל ניטאמאל קיין געהעריגע ענגליש קענען זיי, האבן זיי אפגעמאכט אז א פאליסמאן מיט א שטעקן איז אויך אינטערעסאנט .… איז האבן זיי קודם געכאפט א פאליסמאן וואס מאכט ווייניגער נעט א יאר ווי דער פארקויפער אין לעפקאוויטש גראסערי און אים אנגעהויבן צו גריסן ‘ פריינטליך ’ און נאך א וואך צוויי האט עס אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלעך און דער פאליסמאן האט אים געפרעגט האו אר יא ? אוי באשעפער זיסער, איז דאס געווען א גוטער טאג, פון דא און ווייטער האט זיך עס שוין גערוקט מיט א שנעלצוג און ער האט זיך געטראפן טיילן פיצא פארן פאליסמאן מיט 5 פון זיינע חבירים אויפאמאל אקעי ער איז שוין גוט מיט 6 פאליסלייט, נעקסטע מאל מ’האט אים אפגעשטעלט פאר א טרעפיק סטאפ אויף פען סטריט איז צו משל געווען איינע פון זיינע 6 פאליס לייט און צו זיין ווינדער זאגט עם דער פאליס , היי האו אר יא ? דרייוו קערפולי, וואטש וואט יור דאינג, און ער לאזט אים גיין ווייטער,,, וואאאאס ??? אזוי ? איז דאך פשט אז מ’קען ‘אסאך אויפטוהן’ !!!!!! ווארפט ער זיך אריין דערון מיט אלע כוחות און ער הייבט אן צו טיילן גרעסערע פרייזעס און דערזעט זיך גוט מיט 30 פאליסלייט + א קעפטן, אהההה , יעצט האט ער שוין געקענט אפילו פייטן א טיקעט צוויי פאר זיין חבר אויכעט … יעצט איז ער שוין א “עסקן” איז אזוי פון אנפאנג איז עס געווען ממש נאר געציילטע וואס האבן געקענט באווייזן דעם גאנצן קונץ שטיק. אבער ווען ס’האבן זיך געמערט די ‘עסקנים’ און די פאליס דעפארטמענט איז געווארן אנגעפילט מיט זיי האבן זיי זיך דערזעהן מיט מער פיצא ווי טיקעטס, האבן זיי מ’כלוימערשט געמאכט פאליסיס אז מ’נעמט שוין גארנישט פון קיינעם, און געהאנגען צעטליך אפילו אין ניימאן’ס בעקערי אז מ’טאר מער נישט געבן קיין פרי פוד פאר פאליס לייט האבן אבער אונזערע עסקנים זיך א עצה געגבן מיט די ‘גזירה’ און שטענדיג געטראפן וועגן ווי אזוי צו בלייבן אין ‘קלאוז רילעישנשיפ’ מיט זייערע פרענדס.

יעצט איז אזוי, יעדער שמש פון א ביהמ”ד וואס האט געוואלט אפשפארן א גאס איז געוואר געווארן אז ער מוז שוין נישט זיך מיטשען און אראפגיין אליין אויספילן א פארם, און ווער רעדט נאך ווען ס’איז אין א ראש, אדער א צייט פון יאר וואס ס’איז שווער צו באקומען א פערמיט, איז שיקט ער אראפ דעם עסקן וואס יעדע קליינער ביהמ”ד האט כאטשיג א 2-3 פון דעם און יענער בעט פון איינער פון זיינע פרענדס אויסצופילן דעם פארם פאר אים ווייל ער קען נישט קיין בעסערע ענגליש פון דעם שמש און יעצט איז ער שוין געווארן א “עסקן לשם שמים” וואס יומם ולילה לא ישבותו לטובת הכלל והפרט וכו’ און כלל ישראל האט ממש אויפגעלאכטן, דער עסקן בלינקט זיך מיטן פאליס און יעדער קומט אים פרעגן עצות נישט אויף טיקעטס ווייל אויף טיקעטס האט מען שוין אויפגעגעבן צו פייטן, ווייל ווען יעדער עסקן זאל נאר קענען דיסמיסן 10 טיקעסט א חודש איז קיין איין טיקעט פון וויליאמסבורג נישט וועליד ממילא ארבעט עס נישט מער ביי די פאליס און זיי שטראלן פון שמחה של.מצוה וואס הייסט? זיי העלפן ארויס יודן ……
בקיצור ס ’האט זיך אזוי געדרייט דער באל ביז מ’האלט אין א מצב אז אין אפאר יאר ארום וועט זיין פאר יעדער פאליס מאן אין די 90 פריסינקט בערך 12 עסקנים וואס זענען גוט מיט אים איז וואס איז אזוי שלעכט מיט דעם ? אדרבה כמותם ירבו ! איז אבער דער פראבלעם אז די אלע עסקנים פארשטייען נישט אז דער זעלבער אינספעקטאר/דעטעקטיוו מיט וואס ער איז יעצט ענדליך גוט געווארן נאך 10 יאר זיך לעקן און טיילן פרייזעס פאר אלע חברה נידעריגער פון אים אלעס לטובת הכלל איז אויך ממונה אויף קריים, און ווען דער דעטעקטיוו זאל אריינגיין אין הצלחה גראסערי און פרעגן איינעם א שאלה אויף דעם און דעם’ס ביזנעס וועט ער אים אנקוקן ווי א רשע וואס וויל טוהן צרות פאר א יוד און ער וואלט אים קיינמאל נישט געענטפערט, און צו מארגנס וואלט גאנץ פאפא, צעהלים געוויסט פונקטליך וואס דער פאליס וויל וויסן, אויסער אויב דער דעטעקטיוו טרעפט אן א ראצער וואס איז פון די צוקימפטיגע עסקנים וואס יענער וואלט נישט געוויסט ווי אזוי גענוג צו דאנקען דעם אויבערשטן פארן אים צושיקן א יוניפארמד אפיסער אין גראסערי וואס זאל רעדן צו עם ‘ אזוי פריינטליך ,  האט אבער דער דעטעקטיוו געטראפן א עצה, ער וועט ארויסנעמען דעם ליסט פון די 15-20 ‘העכערע’ עסקנים וואס זענען שוין לענגער אין די סיסטעם און האבן שוין אמאל גערעדט מיט אים, נישט די קלענערע 80 עסקנים און ער וועט איינעם גרענטן זיין ווינטש ארויסצוגיין פאר א לאנטש , און ביז 15 מינוט וועט ער אלעס וויסן, ווי אזוי ??? גאנץ פשוט, ער פרעגט אים אזוי אינמיטן שמועסן פריינטליך ביים לאנטש
Tell me , is Moses Kaufman involved in 133 spencer LLC ? Do you have a idea if he was a investor in that project ?
אדער פרעגט ער
you know Moses Kaufman ? Where is his primary business location, in Queens or in his downtown office ?
אדער
do you have any knowledge if Moses Kaufma  is a active board member of this Non profit organization ?

אדער צומאל מוז ער דאס ניטאמאל טוהן אויף א לאנטש , נאר ער בעט פשוט פאר איינעם נידעריגער פון אים אז ער זאל פרעגן די און די שאלה אימיטן א געשמאקע שמועס אזוי מסיח לפי תומו, און ווען דער אפיסער קומט צוריק צום אינספעקטאר מיטן געבעטענע אינפארמעישן ווייסט ער אז דער אינספעקטאר איז יעצט העפי מיט אים, וואס דאס איז אים מער ווערט ווי 100 עסקנים צוזאמען, ס’האלט שוין אזוי ווייט אז די דעפארטמענט ווייסט שוין פונקטליך וועלעכע עסקן דרייט זיך ביי וועלעכע קרייזן און וועלעכע שוהל, און זיי גייען שוין גראד צום ריכטיגן עסקן לויט וועם זיי דארפן אינפארמאציע אויף ….. רבותי ””דאס איז מסירה וואס אינדעהיים האט מען געוויסט אז ער איז מחיוב מיתה””

בושנו מכל עם

Advertisements

Comments on: "Askunim today & then" (1)

  1. froiky said:

    אמת ויציב! א מאורעדיגע , אין א שטארקע פואנט!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: