For All Funny and Odd News

סך הכל פון די לעצטע דריי טעג

image

הרב החסיד מנחם משולם בן ישראל שטארק הי”ד איז פארכאפט געווארן דאנערשטאג נאכט בערך 11:30 דורך צוויי רוצחים אויף ראדליטזש סט. קארנער בראדוועי זיין ווייב האט געזען ער קומט נישט אהיים אין געקאלט שומרים,
image

image

בערך 12:30 שומרים איז אריבערגעגאנגן צו זיין אפיס אין איבערגעקוקט די קעמרעס אין געזען אז ער איז פארכאפט געווארן האבן זיי זיך פארבינדן מיט די פאליציי בערך 2:45
image

אין פון דעמאלטס ביז יעצט הערט נישט מיין פאון אויף צו קלינגען אין דריזלען מיט יעדעם’ס בויך ווייטאג, פרייטאג איז מען געווען ביזי פרעגן “ס’איז דא עפעס אפדעיטס” נאכדעים איז געווארן די זמן אין מ’האט אויסגעלאשן די פאון,

שבת נאכן דאווענען האט אנגעפאנגן ארומצוגיין שמועות אז מען האט אים געטראפן אין נעסאו קאנטי טויט
image

image

האלב עולם האט געגלייבט אין האלב נישט ביז ס’איז געווארן מוצאי שבת אין מ’האט אנגעצינדען די פאון

און פון דעמאלטס הערטס עס נישט אויף צו דריזלען, קודם איז עס געווען צו ער איז האלב פארברענט אדער איגאנצן פארברענט, נאכדעים האט אנגעפאנגן ארומצוגיין א  פיקטשער פון איינעם אז ער האט געדונגען די חברה באגלייט מיט א פיקטשער פון א הויז מיט א דאזש קארעווען דארט געפארקט אין אז דעיס איז גורעוויטש’ס הויז (בדא”ג ס’איז נישט)
image

נאכדעים איז איינער אויסגעגאגן פאר ליידיקייט אין ארויסגעשיקט א מעסעדזש אז ער האט געקאלט יודי מאנדעל אין געבעטן צו בארגען 40 מיליאן דאלער אין יודי האט נישט געוואלט (בדא”ג האב איך היינט געהערט אז יודי האט אים געבארגט $500.000 דאנערשטאג)
image

נאכדעים האט זיך אנגעפאנגן פאן אויף זאב ברענער’ס שאו קעגן די פאוסט וואס האט ארויסגעלייגט א ארטיקל אנליין וואס האט באשמיצט ר’ מנחם משולם בן ר’ ישראל שטארק הי”ד אז ער איז געווען א סלאם- לארד אין געהאט שונאים א מייל לאנג,

דערנאך האט זיך היינט צופרי אנגעפאנגן די ריכטיגע חגא די פאוסט האט געהאט א פראנט קאווער סטארי slumlord found burned in dumpster & on the side a headline WHO DIDN’T WANT HIM DEAD באגלייט מיט א פיקטשער פון ר’ מנחם
image

אין אלע פאלעטישאנס האבן אנגעפאנגן אראפצורייסן די פאוסט אין עריק עדעמעם’ס ברוקלין’ס בארא פרעזידענט האט פאריפן א פרעס קאנפרענץ אויף דריי אזייגער
image

אין אלע פאלעטישאנס האבן געמאלדן אז זיי גייען דארט זיין, ביים פרעס קאנפרענץ האט גערעדט עריק עדעמס, דעיוויד גריענפעלד, לאטישע זשעימס, סטיוו לעווין, משה דוד נידערמאן, יודל פערעלשטיין, חיים דויטש, אברהם יעקב פריעדמאן, נפתלי משה אינדיג, יואל פריעדמאן, הרב ספערלין פון קראונהייטס וואס האט צוגעלייגט $1.000 צו די $10.000 אין אויך האט ער צוריסן א פאוסט, אין א טענענט,
image

איך האב נישט יעדעם אויסגערעכנט ווייל איך געדענק שוין נישט פינקטליך אין מיין בליק האט לאטישע זשעימס אין דעיוויד גריענפעלד גערעדט די בעסטע, דערנאך האט זיך אנגעהויבן די פאוסט גייט זיך יא אנטשולדיגן אדער נישט, דערנאך אז משה שמואל זופניק מיט יודי באנדא האב געמאלדן א $1.000.000 ריווארט פאר ווער עס גייט ברענגן איפארמעישאן וואס גייט פירן צום ארעסט, דערנאך האט גאנץ וואטסעפפ אויפגעריסן מען האט ארעסטירט גורעוויטש אין עריפארט ער האט געטרייט צו אנטלויפן, אין אז מ’האט ארעסטירט צוויי גוים אין נעסאו קאנטי אין ס’איז געווען א שיסעריי צווישן פאליס אין די גוים אין אז מ’האט געטראפן די פארברענטע קאר וואס איז געווען איינעם’ס בויך ווייטאג פון אנפאנג ביזן סוף,
image

היוצא לנו מזה דער עולם איז ביטער בארד אין היינט ווען מ’וויל וויסן צו עפעס איז אמת איז דא איין פלאץ וואס מ’מעג גלייבן אין דאס איז קול מבשר אין פון דארט דארף מען אויך אראפנעמען האלב
די הייליגער באשעפער זאל העלפען אז פון יעצט אין ווייטער זאל מען שוין הערן נאר גיטע בשורות ועליה השלם כל הקרבנות כלם, אין משיח זאל קומען במהרה בימינו אמן

ריפארט ביי נחמי’ מייזעלס

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: