For All Funny and Odd News

image

א פרוי איז געבליבן טראמאטייזד נאכן געפינען א ריזיגע פראש אין איר סאלאט בשעתן עסן אין א ניו יארקע רעסטאראנט

די וואל סטריט דשורנאל ארבייטער האט זיך ארויסגעכאפט פון איר אפיס פאר איר לאנטש סנעק אין באזוכט די “פרעט עי מענדשער” רעסטאראנט ברענשט לאקאציע אויף די זעקסטע עוועניו און די זיבן אין פערציגסטע גאס אין מענהעטען פארגאנגענעם דינסטיג

זי האט באקומען וואס זי האט געמיינט איז א “עלבעיקאר טאנע ניקאוס גרינצייג סאלאט” אינדערזייט טאמעיטע טאנע אייער און אליווס (איילבירטן) זי האט באקומען מער גרינס ווי זי האט פארלאנגט דארט האט זיך אויך געפינען א עקסטערע אינגרידיענס א גרויסע פראש כמעט קאמאופלאדשירט (אריינגעבלענדעד) אינעם סאלאט

קאטרין לוריי האט פארשפרייט די בילד פון די סאלאט אויפן פארלאנג פון איר שאקירטע מיטארבעטער וואס האט באקומען די פראש אין איר לאנטש פארציע און וויל נישט אידענטיפיצירט ווערן

לוריי זאגט אז איר קאלעגע האט שוין אנגעהויבן עסן פונעם טעלער און איז געווען שאקירט ביז גאר צו געפינען די לאנגע גרין-ברוין באשעפעניש

א ווארטזאגער פון די רעסטאראנט זאגט אז “מיר נעמען פעלער ווי דאס זייער ערנסט אינזערע לעטטערס קומען פון פארמס וואס ניצן נישט קיין שום קעמיקאלן אויף די פראדוקטן מיר האלטן אינמיטן אויספארשן וויאזוי אזאנס האט געקענט פארסירן כדי זיכערצומאכן אז עס זאל נישט נאכאמאל פארסירן”

זיי האבן ווי פארשטענדליך געגעבן א פולע ריפאנד פארן קאסטומער אין זיך אנטשולדיגט פאר די אומבאקוועמליכקייט און איר אויך געגעבן א גיפט קארד ווי זי קען עסן עטליכע מאלצייטן אומזינסט ווי מען קען זיך פארשטעלן אז זי וועט נישט אזוי שנעל ניצן די קרעדיט פונעם סטאר עס וועט לכאורה נעמען א שיינע פאר יאר ביז זי וועט נאכאמאל אריינגיין צו דעם רעסטאראנט אויב וועט זי בכלל נאך אריינגיין אהין

ריפארט ביי הרב הצדיק

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: