For All Funny and Odd News

New toilet seat

image

די אריינקומענדיגע ברוקלין דיסטריק אטערני קען טאמפסאן פארלאנגט א נייע בית הכסא! בענקל אינעם פריוואטן בית הכסא פונעם די-עי’ס אפיס ווייל ער וויל נישט זיצן אויף די זעלבע בענקל וואס די ארויסגייענדיגע לאנגיאריגע דיסטריק אטערני טשארלס היינס איז געזיצען דערויף

“די בוסט באזארגט אויף וועלעכע טוילעט זיץ צו זיצן אדער בוסט געקומען מאכן ארדענונג אין די א”ג קאראפטירטע יוסטיץ סיסטעם אין ברוקלין?”
זאגט/פרעגט איינער פון די היינס טיעם צום ניו יארק פאוסט

ארני קריס פון די די-עי אפיס האט געזאגט פארגאנגענע דאנערשטיג ביי א מיטינג אז די טוילעט זיץ איז געטוישט געווארן פונקט זעקס חדשים צירוק און עס איז ממש ניי סאו מען גלייבט שווער אז טאמפסאנס פארלאנג וועט ערפילט ווערן.

image

אין אנדערע נייעס האט א פרוי סעוויטע מאלוויע 27 יאר אלט פון אינדיע מסכים געווען צירוק אהיימציקומען צו איר מאן דעווקערען מאלוויע וואס זי האט פארלאזט א שטיק צייט צירוק נאכדעם וואס איר מאן האט פארשפראכן אין געריכט צו בויען א נייע בית הכסא אינדערהיים

די פרוי זאגט אז זי האט געוואוינט 7 יאר מיט איר מאן און געהאט 2 קינדער מיט אים באט זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע בית הכבוד נאר מען האט געדארפט גיין אין די קליינע וועלדל אינטער זייער הויז און זי האט זיך זייער געשעמט פון זיך אליינס צו דארפן אזוי טון זייערע צרכים

האט זי באשלאסן אהיים צו גיין צו איר טאטע און זי האט גענומען אירע 2 קינדער מיט זיך

שפעטער האט זי אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ווי זי האט פארלאנגט אז איר מאן שאל באצאלן שפעזן פאר די קינדער

דורכאויס די געריכטן האט מען ארומגערעדט איבער די פראבלעם פארוואס זיי האבן זיך אפגעטיילט אין אינמיטן איין פראצעס האט די מאן צוגעזאגט אז ער גייט בויען א לייטישע בית הכבוד כדי זי זאל צירוק קומען אין זי האט טאקע פארשפראכן צירוק צו קומען ווי נאר עס וועט זיין אויפגעבויעט

ריפארט ביי הרב הצדיק

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: