For All Funny and Odd News

image

מר’ דשארדש צימערמאן איז געווארן באוויסט פארן הרג’ענען א שווארצע בחור באט ווער האט געוויסט אז ער איז גאר אן ארטיסט?

צימערמאן זאגט אז רוב פון זיין צייט פארברענגט ער אינדערהיים דורכן פעינטן

מענטשן ווייזן ארויס גרויס אינטערעסע אין זיינע מעלערייען ווערק

די פלאדירער מאן פרובירט זיך ארויסצוזעהן פון זיינע חובות דורכן פארקויפן זיינע ארגינעלע ארט אנליין

איין פון צימערמאן’ס פעינטינגס ווערט יעצט פארקויפט אויף ליצוטאציע ביי איבעי און האט שוין דערגרייכט צו איבער הינדערט טויזענט דאלער

http://pages.ebay.com/link/?nav=item.view&id=111239922810

די פעינטינג איז א בלויע אמעריקאנע פאן מיט פארשידענע אויפשריפטן דערויף אינמיטן שטייט “פרייהייט און גערעכטיגקייט פאר אלע בירגער ציגלייך” די ביד האט זיך אנגעהויבן מיט ¢99 און האלט יעצט ביי $98,300.00

(אין פאקט האט עס שוין געהאלטן ביי $110,100.00 נאר עטליכע האבן געקענסלט זיין ביד באט עס איז ערווארטעט צו שטייגן)

ראבערט צימערמאן האט באשטעטיגט אז די פעינטינג איז געמאכט געווארן דורך זיין ברידער דשארדש צימערמאן

“יעדער וואונדערט זיך וואס איך טו אגאנצן טאג” שרייבט צימערמאן אין די דיסקריפשאן פון די פעינטינג “מיינע ארט ווערק ערלויבט מיר זיך אויסציליפטערן פארגעסן פון מיינע פראבלעמען אביסעל און ערלויבט מיר צו בלייבן אינדאר” ער ענדיגט די דיסקריפשאן מיט די ווערטער “אייער פריינט דשארדש צימערמאן”

צימערמאן וואס איז אנגעקלאגט געווארן אויף קלאגעס פון שיסן און אומברענגען א שווארצע בחור טרעיוואן מארטין איז אין א ליגאלע חוב שולדיג איבער צוויי מילאן דאלער לויט זיין לויער

ריפארט ביי הרב הצדיק

Harav Hatzadik

Powered by Conduit Mobile
Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: