For All Funny and Odd News

image

א פאליסמאן האט געקויפט א וועקער זייגער פאר א 6 יעריגע יונגל נאכן אים טרעפן גיין אין חדר טיף אינמיטן די נאכט

א לאקאלע איינוואונער פון יונאן כינע האט געפינען א קליין קינד קסינג יו שפאצירן אליין אינמיטן די פראסט קאלטע נאכט ווען ער האט אפגעשטעלט דעם קינד פרעגן וואס ער טוט אליינס אזוי שפעט באנאכט האט ער תמימות’דיגערהייט געענטפערט אז ער וויל נישט זיין שפעט אין קלאס

ווען דער מאן האט גענומען דאס קינד צום לאקאלע פאליציי סטאנציע ווי די קינד האט געזאגט אז ער מיט זיין שוועסטער וואוינען מיט זייער טאטע און אז זיי זענען אזוי ארעם אז זיי האבן נישט קיין געלט צו קויפן א וועקער זייגער, ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער באשלאסן צו גיין צום שולע מורא האבנדיג אז ער וועט זיין שפעט די קונענדיגע צופרי

ער האט זיך צאמגעפאקט זיינע בוכלעך און האט אנגעהויבן גיין די 3 קילאמעטער שפאציר צום שולע געביידע

א פאליציי אפיציר האט אנגערופן דעם טאטע פונעם קינד וואס איז שנעל געקומען אפנעמען זיין קינד 

די קומענדיגע טאג האט די אפיציר געקויפט א וועקער זייגער מיט נאך עטליכע סקול-סופלייס און עס געברענגט צום קינד הויז אלץ מתנה קסינג יו איז געווען זייער פרייליך מיט די מתנה

“מיט דאס וועל איך זיך שוין נישט דארפן זארגן וועגן זיין שפעט און קלאס” האט דאס קינד געזאגט פרייליכערהייט

ריפארט ביי הרב הצדיק

Harav Hatzadik

Powered by Conduit Mobile
Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: