For All Funny and Odd News

G-D’s mail box

image

פאסט פון איבער די גאנצע וועלט אויסגעשטעלט צום אדרעסס
TO GOD
JERUSALEM, ISRAEL.
(צום באשעפער.
ירושלים. ארץ ישראל)

וועט דעליווערט ווערן צום כותל המערבי פריי פון אפצאל

סקראל אראפ פאר די ווידיאו

ווילט איר לייגן א קוויטל ביים כותל המערבי אין ירושלים עיר הקודש אבער איר קענט זיך נישט ערלויבן די נסיעה שפעזן (אדער ווייל רבה”ק מסאטמאר זצוקללה”ה האט מברר געווען אז מען טאר נישט גיין צום כותל) נישט קיין פראבלעם די איזרעילי פאוסטעל סערוויס האט צוגעשטעלט א סערוויס וואס אסאך ווייסן נאך נישט דערפון

די איזרעילי פאוסטעל סערוויס באקומט טויזענטער בריווען יערליך וואס בעטן אז די אייבירשטער זאל זיי העלפן, די אלע בריווען ווערן האנט דעליווערט און פלאצירט אינעם כותל המערבי,

איר דארפט בלויז שרייבן אייער מעסידש אריינלייגן אין א קאנווערט (ענוועלאופ) און אדרעסירן צו גאט, ירושלים,

דיין לאקאלע פאסט אפיס איז געצווינגען דורך אן אינטערנאצינאלע געזעץ צו דעליווערן די בריוו קיין ירושלים, ארץ ישראל,

דארט אינעם פאסט אפיס איז דא א ספעציעלע אפטיילונג פאר די בריווען ווי די ארבעטער עפענען די בריווען וואס זענען אדרעסירט צו גאט און קנייטשן פארזוכטיג איין די בריווען אז עס זאל קענען גרינג פלאצירט ווערן צווישן די שטיינער פונעם כותל

אבי יניב די פירער פון דעם אפטיילונג זאגט אז זיי באקומען אויכעט בריווען אדרעסירט צו גאט פון מענטשן פון אנדערע רעליגיעזס און אויך להבדיל בריווען אדרעסירט צו דוד המלך און צו תנאים ואמוראים וכו’ הכלל די רב פונעם כותל רבי שמואל ראבינאוויטש שליט”א ערלויבט נאר צו פלאצירן אין די כותל שפאלטענעס בריווען וואס זענען אדרעסירט בלויז צום באשעפער

די מענטשן וואס שיקן די בריווען האבן געווענליך אלע א שיכות אין איין זאך אז זיי בעטן עפעס א בקשה פונעם באשעפער

איין מאן האט געשיקט זיין לאטארי טיקעט נאמבער און געהאפט צום באשעפער צו געוואונען די לאטארי

“זיי בעטן פונעם באשעפער אלע מיני זאכן. באט לעצטע חודש האב איך געטראפן א בריוו פון א מענטש וואס האט גארנישט געבעטן אינעם קוויטל, ער האט בלויז געדאנקט דעם באשעפער פאר אלע גוטס וואס ער האט, א גוטע ווייב, א גוטע הויז, און א גוטע דשאב,” זאגט יניב

ריפארט ביי הרב הצדיק

Harav Hatzadik

Powered by Conduit Mobile
Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: