For All Funny and Odd News

Man buried alive

image

א מאן וואס איז באערדיגט געווארן לעבעדיגערהייט אין בראזיל קריכט ארויס פון זיין קבר

סקראל אראפ פאר די ווידיאו

נישט יעדע טאג זעהט מען מענטשן ארויסקריכן פון קבר.

באט פאר איין בראזיליענע פרוי וואס האט באזוכט א פאמיליע מידגלידס קבר האט זיך דאס אפגעשפילט פאר אירע אויגן

לויט די לאקאלע באריכטן איז די פרוי וואס איז נישט אידענטיפיצירט געווארן געווען אין א בית הקברות אין סאו פאולע’ס פערעז דע וועסקאנסילאס ווען זי האט פליצלונג געהערט מאדנע גערידער און דערנאך געזען ווי שמיץ פון דער ערד ריקן זיך לעבן א קבר, דאן האט זי באמערקט א מאן וואס איז באגראבן געווארן לעבעדיגערהייט פרובירט זיך ארויסצובאקומען פון דער ערד

“עס האט מיר אנגעכאפט א פחד צו זעהן א מענטש וואס איך האב געמיינט איז טויט פרובירט זיך ארויסצוזעהן פון זיין קבר” האט די פרוי געזאגט פאר די לאקאלע פרעסע

די פרוי האט זיך געיאגט צו רופן הילף און די אמערדשענסי סערוויסעס זענען שנעל געקומען העלפן ארויסגראבן די איבריגע חלק פונעם מענטשענס קערפער.

דער מאן האט שוין געהאט אנגעיאגט ביפאר צו באפרייען זיין קאפ און הענט פון דער ערד

אין א ווידיאו בראדקעסט פון א לאקאלע סטאנציע רעקארד טעלאוויזיע ווערט געזען די רעטער ארויסגראבן די איבריגע חלק פונעם ערד

סאיז דערווייל נישט קלאר וויאזוי דער מאן וואס ווי אנגעבליך ארבעט ער אלץ א סיטי-האלל ארבעטער איז אנגעקומען צו באגראבן ווערן לעבעדיגערהייט.

“סאיז צום גלייבן אז ער איז געווען אריינגעמישט אין א מחלוקה אין א אנדערע חלק פונעם שטאט ווי ער איז שווער באקלאפט געווארן” באריכטעט די דעילי-מעיל

ער איז גענומען געווארן צו א לאקאלע שפיטאל פאר באהאנדלונגען די שטאט רייט געבן דערווייל נישט ארויס די קאנדישאן פונעם מאן

ריפארט ביי הרב הצדיק

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: