For All Funny and Odd News

Frozen chizik

image

שפאצירנדיג היינט צופרי צום בית המדרש אין די ביטער פראסטן איז מיר בייגעפאלן א געדאנק

די קעלט איז אימדערשטרעבליך די ווינט בוזשעוועט אזאש עס מאכט צומאל שווער דאס גיין די היט פליט אראפ מען

די יצר הרע רודפט אינז און קילט אינז אפ און אסאך מאל ווער מען אפילו פארקילט עס איז נישט גרינג זיך צו שלאגן מיט אים

אבער אין די ענדע קומט מען ברוך השם אן בשלום צום ציל אינעם ווארעמען שול און שטייטעלעך קומט מען צו זיך מען דערווארעמט זיך די פארפרוירענע ביינער

מען פאלט טאקע דורך אמאל פונעם יצר’ס שלעכטע עצות ער קילט אינז אפ פון אינזער הייליגע ציל ער מאכט אינז שווער צו דערגרייכן צום ציל באט אינזער נשמה לאזט זיך נישט און ער פייט פאר זיינע רעכטן

אינז יודן ווייס מיר אז מיר זענען אין א שטענדיגע מלחמה מיט אים און די כלל ביי א מלחמה איז אז אויב ווערט מען ליידער פארוואונדערט מען כאפט א קלאפ א שיס מט עס רינט בלוט דארף מען ווייטער שיסן ווייל יעדער ליידט דורכפעלער און דער ענגילטיגער געווינער איז דער וואס גיבט דעם לעצטן שיס “דער געווינער איז דער וואס לאכט צום לעצט”

טא לאמיר זיך מחזק זיין יא מיר זענען קאלט און עס בלאזט טאקע אן אויפהער מען ווערט אפילו פארקילט פון צייט צו צייט אבער אינזער ציל אין זיך נישט צו לאזן ווערן געפאלן

און די כלל איז אז ווי מער א סאלדאט ווערט פארוואונדערט און געפייניגט און דערנידערט פונעם שונא אלץ גרעסערע היראו איז ער ווען ער סורווייווט

עס איז בכלל נישט קיין קינץ און אן ארויפגעקוקטע זאך ביים גענעראל און ביים קעניג אויב א סאלדאט נישט אויפן פראנט און עס סורווייווט די פריערדיגע דורות האבן נישט געהאט די נסיונות וואס א פשוטע יוד גייט דורך טאג טעגליך און מיר זענען אויפן פראנט דער שונא וויל אינז ערלעידיגן יעדע מינוט אין טאג מיט אלע זיינע טריקס און מיר וועלן מיט שטאלץ אנקעגן גיין משיחן טאקע וויאזוי מיר קוקן אויס מיר וועלן שטאלצירן מיט אינזערע וואונדן.

אין אינזערע נאנטע טעג אמן.

ביי הרב הצדיק

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: