For All Funny and Odd News

image

א פופצן יעריג בחורל האט זיך איינגעהאנדלט א קאר דעם פארגאנגענעם שווארצן פרייטאג (בלעק-פריידעי) פאר בלויז $1

צענדליגע איינוואוינער האבן זיך איבערנאכט פארזאמלט פארנט פון סאוטוועסט הויזטאן קאר דילערשיפ האפנדיג אהיים צו גיין מיט א קאר פארן ביליגע פרייז פון $1.

דאס איז די בלעק-פריידעי דיעל פון מעק-קאל טעיאטע קאר דילער פון סאוטוועסט טעקסעס.

אסאך זענען אנגעקומען גאר פרי און עטליכע האבן אפילו געוויילט אין געצעלטן איבערנאכט.

נאכדעם וואס מען האט געעפענט דעם טויער האט דער עולם אריין געשטורעמט דאן האט מען געעפענט אלע קארס און די זיץ פלעצער זענען שנעל צוכאפט געווארן נאכדעם וואס אלע קארס זענען באזעצט גייט דער סעילסמאן ארום און שרייבט די פרייזן וואס זענען באשטומט געווארן פארן סעיל די קאמפעני זאגט אז די פרייזן וואס זיי לייגן איז “משוגע” ביליג וואס מקען אין ערגעץ נישט געפינען.

פון אריבער די 300 קארס פונעם לאט ווערן בלויז 5 געטעגט מיט א $1 פרייז

רעגינאלד אנאקאורו א 15 יעריג בחורל האט זוכה געווען צו איין אזא קאר.

אפילו ער האט נאכנישט קיין דרייווער לייסענס זאגט ער זיך נישט אפ פון אהיים נעמען דעם קאר ער וועט זיך שוין נאכדעם זארגן וואס צו טון דערמיט.

ער איז געווען גערירט ביז טרערן בשעת אנדערע האבן געפאטשט פאר אים ווען די סעילסמאן האט אים איבעקגעגעבן די גוטע נייעס.

“איך בין געווען עכט פרייליך איך האב עס געפילט אזויווי איך האב ממש געוואנען די לאטערי” זאגט רעגינאלד.

אינטערעסאנט איז אז ווען סרעגנט גיסט, און זיין מאמע האט אויך זוכה געווען צו א $1דיגע קאר.

די קאמפעני זאגט אז סאיז בלויז געווען זייער מזל און אלעס איז געווען כשר אויסגעהאלטן.

ריפארט ביי הרב הצדיק

Advertisements

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out / Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out / Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out / Change )

Google+ photo

You are commenting using your Google+ account. Log Out / Change )

Connecting to %s

Tag Cloud

%d bloggers like this: