For All Funny and Odd News

image

מענטשן זענען אויפגעברויזט אין ענגלאנד נאכן געוואויר ווערן אז א לאקאלע שנארער איז גאר די אייגענטומער פון עטליכע טייערע אויטא’ס.
35 יעריגע “מעטיו ברינטאן”, פון נוקוועי, האט ענטהאלטן טויט סטראשונגען אויף די שויבן פון זיין “ספארט קאר”, און ביי א צווייטע פאל איז די פענסטער געווארן אויסגעשאסן, נאכדעם וואס מען האט אים אפגעכאפט שנארן פאר געלט אויף די גאסן.

איינע פון זיינע קארן ווערן געשאצט אויף די ווערד פון זיבעציג טויזנט דאלער.

פארגאנגענע וואך האבן די ארטיגע איינוואוינער געזען ברינטאן פארקירן איינע פון זיינע טייערע קארן, און אינעם זעלבן טאג האט מען אים געזען שנארן פאר געלט זיך בעטנדיג אז ער האט נישט פאר עסן.

פאליציי האבן אונטערגענומען אן אינוועסטיגעישן, און זאגן אז ברינטאן איז א דראג-עדיקט מיט פארשידענע “מענטל און געזונטהייט פראבלעמען”. אויך זאגן די פאלייצי אז די אלע טויט סטראשונגען לייגן אים נישט אריין אין קיין לעבנס געפאר.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מענטשן ברויזן זעענדיג אזא סצענע, ווי איינער טוט שנארן געלט און דאן מאכן א חיים טובים. טוענדיג דערביי אפטון די וואס ברויכן טאקע צוקומען דערצו.

ריפארט ביי הרב הצדיק

Advertisements

image

פלארידע לאטארי:

פענסילוועניע ריכטער געווינט $291 מיליאן זיין ברידער געווינט $7….

דזשעימס סטאקלאס איז די גליקליכע געווינער פון די לעצטע פלארידע “פאוערבאול” זיין ברודער איז אויך געווען א שטיקל געווינער אבער מיט אפאר דאלער ווייניגער…

דא א שפריך ווארט “משפחה וואס עסן צוזאמען בלייבן צוזאמען” אבער גאר זעלטן וואס מען זעט אז “משפחה וואס שפילן צוזאמען געווינען צוזאמען”…

פארגאנגענע וואך האבן די ברודער באשלאסן צו קויפן עטליכע לאטערי’ס אויפן וועג אהיים פון סאנשיין-סטעיט צוריק צו פענסילוועניע נאכן פארוויילן עטליכע וואכן מיט כאפן פיש און די פלארידע טייכן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ריכטיגע שריט ביידע טיקעט’ס האבן געווינען אבער די “שלעכטע” נייעס איז, אז עס האט זיך נישט אזוי גלייך אויסגעשטעלט…

אין א צייט וואס דשעימס סטאקלאס פון בעטלעהעם פענן האט געוואונען פלארידא’ס $291 מיליאן פאוערבאול בשעת זיין ברידער באב האט דערגרייכט צו בלויזע זיבן דאלער.

“איך קויף די לאטערי בלויז ווען איך בין נישט אינדערהיים” האט סטאקלאס געזאגט פאר די לאטערי איינהייט.

סטאקלאס א עלטערע ריכטער האט נישט געוויסט ווי מזל’דיג ער איז, ביז מיטוואך בשעת’ן עסן פרישטאג אין א רעסטוראן ווי ער עסט געווענליך זיין פרישטאג.

איך האב ארויסגענומען מיין פאוערבאל טיקעט פונעם בערזל, צו קוקן די נומערן האפנדיג צו זיין דער צוקונפטיגע מיליאנער… און אזוי איז געווען. איך האב געווינען אפאר עקסטערע דאלארן” זאגט די 67-יאר-אלט סטאקלאס

דער מילינער ריכטער האט אויפן פלאץ אויסגעצאלט פרישטאג פאר אלע וואס האבן געגעסן אינעם רעסטוראנט, און אנגערופן זיין משפחה איינמעלדן אז מען פארט צוריק קיין פלארידע.

מען ווייסט נאכנישט צו דער געווינס וועט נענטער ברענגען די ברודערליכע ליבשאפט אדער אפשטילן די באציאונגען צווישן די צוויי ברידער אבער דערווייל קוקט אויס ווי זיי קומען זיך יא פיין אויס נאכן צוזאמען פאוסטן פאר א בילד מיטן געווינס.

ריפארט ביי הרב הצדיק

image

מען קען ארומרעדן פון די אנלימעטעד חסד וואס גייט אלץ פאר ביי כלל ישראל בכלל און אין וויליאמסבורג בפרט.

עס שטארט ארויס די פולע חסד אקטיוויטעטן און ארגענעזאציעס אין יעדן הינזיכט

באט וואס מיר איז די מערסטע געפאלן איז די אומשולדיגע טרעקלעך מיט א צעטעלע דערויף “clothing drive עזר למשפחות הנצריכים”

וואס איז אזוי געוואלדיג דערפון אז דאס זאל מיר ממש אזוי באצויבערן?

אין זייער אסאך שטיבער ווען סקומט צו פסח’דיג מאכן קומט ווידער אפיר א געפערליכן פראבלעם וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע לייזונג דערפאר

“אלטע געניצטע קליידער וועש און הערליכע אנצוגן וואס קיינער ניצט שוין נישט פאר לאנגע יארן באט מען האט נישט די הארץ עס ארויסציווארפן ווייל עס איז דאך ממש א שאד איי ווער פונקליך ווילסטו זאל עס ניצן? אלע דיינע קינדער און אייניקלעך האבן ברוך השם פרישע נייע קליידער. באט ווער האט די הארץ עס אוועק צו ווארפן?

און אזוי זאמעלט זיך אן הויפענעס פון אנגעלייגטע אומבאניצטע קליידער און עס רייסט ביים הארץ יעדע פאר פסח ווען מען באגעגענט עס בשעתן רייניגן און אפילו עס איז שוין געווארן מיט א יאר עלטער ווי פאראיאר דאך איז עס געבליבן אינעם זעלבן קאנדישאן ווי פון ווען מען האט אים אוועקגעלייגט משנים קדמוניות סטיילס טוישן זיך באט עס איז דאך א שאד אויף יודיש געלט

איז א וואוילער יוד אויפגעקומען מיט א המצאה וויאזוי צו העלפן יודן אין זייער נויט בדרך כבוד

מען גייט אראפשטעלן עטליכע טראקס מיט גרויסע שילדן דערויף “עזר למשפחות הנצרכות” ווען ער רעדט פון די נצרכים דא פארשטייט יעדע רעכדענקיגע פערזאן אז קיינער זאל עס זיין די גרעסטע האומליס ברויך נישט אינזערע זאקן נאר מען רעדן פון די פארמעגליכע יודן פון אינזער הייליג שטעטל וויליאמסבורג. באט די רגע מען זאגט זיי אז מען גייט טון גוטע זאכן דערמיט איז דאך עס שוין נישט “א שאד” דערויף און ווער וויל דען נישט טון גוטע זאכן מיר לויפן דאך נאך ווי מען קען נאר אלץ טון א חסד’ל

סאו וואס געשעט ?

גאנץ וויליאמסבורג ליידיגט זיך ברוך השם אויס פון די אנגעלייגטע סחורה און טאקע דאס איז א מוראדיגע חסד בדרך כבוד.
image

image

image

זאל טאקע דער אייבירשטער העלפן אז אין זכות פון די געוואליגע חסדים וואס ווירבעלט בכל קצבי תבל פון כלל ישראל זאל מען זוכה זיין צו די אלע חסדים וואס דער בורא עולם האט אינז פארשפראכן און אינז שיקן דעם גואל צדיק במהרה דידן אמן

image

די קאמפעני uber.com איז ארויסגעקומען מיט א ניי מהלך צו כאפן א טעקסי, געענדיגט מיט די צייטען וואס מען שטייט אויף די גאס מיט אן ארויסגעשטעקטע האנט ווארטענדיג אז א טעקסי זאל זיך אפשטעלן אין דיר געבן א רייד…

image

די עפענסט אויף א קאנטע ביי זיי וואס קאסט נישט קיין שום פי, די לייגסט אריין דיין קרעדיט קארד אינפארמעישען (אדער פעיפאל), פון היינט אין ווייטער ווען די דארפסט א טעקסי קענסטו ביי זייער עפפ אויסוועלען וואסערע סטייל קאר די דארפסט, זיי האבן די געלע טעקסי, אין נאכדעם האבן זיי טייערע קארס, די קענסט זעהן ווי ווייט די טעקסי איז פון דיר זיי כאפן אויף דיי לאקעישען, אין זיי עסטימעיטן ווי לאנג עס וועט נעמען פאר דיין טעקסי אנצוקומען ביז דיר, אויך קענסטו אריינלייגען ווי די ווילסט פארן און זיי געבן דיר אן עסטימעיט וויפיל געלט עס גייט דיר קאסטן.

image

ווען די ריקוועסט א טריפ וועסטו זעהן א פיקטשער ווער דיין דרייווער איז, מיט אלע זיינע קאנטעקט אינפארמעישען, זיי געבן דיר זיין פאון נאמבער אויב דארפסטו אים קאלן, ווען די ענדיגסט קענסטו אים רעיטן אין שרייבען פאר די קאמפעני ווי גוט ער איז געווען.

ביים צאלן פאר א טעקסי, דארפסטו נישט האבן קיין קעש, עס גייט אוטאמאטיש אראפ פין דיין קרעדיט קארד וואס ליגט אויף דיין פראפייל, די צאלסט נישט קיין טיפ פאר די דרייווערס, אויב למשל ביסטו געפארן מיט אפאר מענטשען אין יעדער דארף זיך משתתף זיין מיט די קאסטען האבן זיי אן אפציע פון צוטיילען די פרייז פאר אפאר מענטשן אין אויב יענער נעמט אן די ריקוועסט וועלן זיי צוטיילען די קאסט צווישען ביידע…

די ענדראוד עפפ
https://play.google.com/store/apps/details?id=com.ubercab

די אייפאון אפפ
https://itunes.apple.com/us/app/uber/id368677368?mt=8

א ברייטע דעקונג איבער די מעלות און עקספיריענס און א רייכן הסבר וויאזוי די אפפ ארבעט

וויאזוי צו ווערן א uber דרייווער

די דיפערענס צווישן א רעג. יעלאו קעפ און א uber קאר סערוויס

Our holy world

היינט האט ר’ פייוול קליין פארציילט אזא מעשה, עס איז זייער קראנט איש מפי איש צום באטרעפנדן זעלבסט.

כ’גיב איבער דעם ווארט פאר’ן מגי”ש.

פארציילט מיר א איד אז ער  האט געטראפן זיין חבר פון ישיבה די ערשטע מאל נאך א 25 יאר זיך נישט זעהן, יענער וואוינט אין ארץ ישראל און איז יעצט געקומען נאך געלט חתונה צו מאכן די קינדער..

פרעגט ער דעם חבר וויאזוי ס’גייט.. ב”ה און פארציילט א מעשה שהי’,

ער קלאפט אריין צו א דירה אין די בעדפארד גארדנס בעטן צדקה. א קליינע מיידעלע עפענט די טיר און גיבט א ענוועלאפ. אינעם קאנווערט איז געווען 25 גלאטע הונדערטער’ס!

image

ער האט גאנץ גוט געוויסט אז ס’מיינט נישט אים, האט ער געזאגט פארן קינד זאל פרעגן דעם טאטע’ן אויב דאס איז פאר אים, זי קומט צוריק און זאגט אז יא…

האט ער באפוילן דעם קינד זאל מוחל זיין נאכאמאל אריינגיין, עפעס א טעות גייט דא פאר, צום דריטן מאל איז שוין דער יונגערמאן אליינס געקומען צום טיר און איז געווארן בלאס… די ענוועלאפ שטייט גרייט איינער זאל עס אויפפיקן (רענט?) נאך שטארק אנטשולדיגן האט ער אים געגעבן א 5’ער אנשטאט א 1’ער ווי געווענליך.

בייגעשטאנן די נסיון…

דאס איז געווען סוף וואך, מוצאי שבת איז ער געגאנגען ווייטער נאכגעלט אויך אין די בעדפארד גארדנס. ער קלאפט אריין צום ערשטן אדרעס און הערט תיכף ווי דער איד שרייט אויס קומענדיג צום טיר “לאמיר זעהן ווער ס’איז די גליק’לעכע איד” און גיבט אים אין האנט אריין $5000 פינף אלפים! פונקט דאבלט פון וואס ער האט אפגעגעבן.

image

דער איד פארציילט אים אז דאנערשטאג האט ער געהאט א שווער ביזנעס דיעל, האט ער צוגעזאגט פארן אייבערשטן אויב וועט ער באגליקן גיבט ער אראפ 5 אלפים פארן ערשטן איד וואס קלאפט אויף זיין טיר!

וכן טאקע, דער איד האט מקיים געווען נדרו.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט דא אין וויליאמסבורג בלויז אייניגע וואכן צוריק, הפלא ופלא.

קרעדיט וואטסאפפ
image

אז מ’רעדט שוין פון השגחה פרטית האמער נעכטן געהערט א מעשה פון א מלמד.

image

פארציילט א יונגערמאן אז אזוי ווי יעדן פורים אן אויסנאם איז ער דעם פארגאנגענעם פורים אויך ארום מיט זיינע יונגלעך צו די מלמדים מיט משלוח מנות, אנדערש אבער ווי געווענליך איז ער היי יאר אינמיטן נמאס געווארן ער ווייסט נישט פארוואס, אבער אינמיטן האט ער באשלאסן אז ער שפאצירט אהיים און איז מכבד ס’רעבעצין מיט די גרויסע מצוה, אן קיין ברירות נעמט זי איבער די לייצעס און געגאנגען.

מ’קומט אן צום נעקסטן מלמד, און אט דארט טרעפט זי נאך א פרוי וואס רופט אויס מיט שמחה, אההה דו ביסט אויך געקומען?
די פרוי פארשטייט נישט פונקטליך, לשמחה מה זו עושה, באט יענע לאט עס נישט אומפארענטפערט און איז מסביר.

איך בין מרת ….. (די אלמנה) מיין יונגל האט געווינט און פארפירט אז ער וויל נישט גיין מיט די מאמע צום מלמד ווייל אלע קינדער גייען מיט די טאטעס, און אט ביסטו אנגעקומען מיט דיין אינגל ווי א מלאך.
און זי רופט זיך טאקע אן צו איר קינד, זעעסט! דעי אינגל איז אויך געקומען מיט זיין מאמע. ובכיית הילד שככה.
image

קרעדיט טעלעגראם

image

און אז מרעדט שוין.

ווייס איך פון א יוד וואס איז געגאנגען פאר צדקה פאר זיינס א גאר נאנטען קרוב און ער איז אנגעקומען צו א נגיד אבער זייער א ערליכער און יענער האט אים געפרעגט אויב ער גיבט $100 פאר די צדקה צו ער וועט אראפגיין פון וואטסאפפ פאר א חודש און זיי האבן זיך אנגעהויבן צו דילען אויף גרעסערע סכימום און פאר לענגערע זמנים ביז יענער האט אראפ געלייגט $1200.00 קעש פאר די צדקה און אויסטויש אז ער וועט אראפנעמען וואטסאפפ פאר 7 חדשים “מי כעמך ישראל” אויף ביידע.

image

דאס אומאיינגענעמער טעמה פון האוזינג האט שוין אפגעקאסט ימים מיט טינט אין פאפיר יעדער שרייבער אין צייטינג האט שוין געשריבן דערוועגן, יעדער מיט א קהלישער, רבניש, קמיונעטישער פאזיציע האט שוין געבראכן קאפ פראבירענדיג צו לעזן דאס רעטעניש ״פין ווי נעמט מען ביליג דירות פאר אחינו בני ישראל??״
גרויסע דעוועלאפערס מיט לאנגע ליסטעס פון סוקסעספולע פראדזשעקטן האבן בריטאל געפעלט מיט פרובירן אהערצושטעלן א פריש געגנט פאר אחבנ״י, יעדער פריוו האט זיך גענדיגט מיט מחלוקות, בזיונות אין בכלל א פעלער צו קענען איבערצייגן דעם ציבור צו אינוועסטירן אינעם נייעם דיוועלאפמענטס אין זיך צו אהינצוען.

פארשטענדליכע מענטשן קראצען זיך די מוחות ביז בלוט צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, וואס מאכט נארמאלע זיניגע מענטשן פליצלינג פארלירן דאס שכל הישר אין נעמען א פריש פארפאלק אין מווארפט זיי אריין אין א גרוב פין א דירה וואס אלע יוטיליטי קאמפעניס דארפן האבן די נומער שלאס כדי צו קענען ציקומען צו די מיטערס וואס ליגט אין די ביהכ”ס פינעם הויז, אין מבאצאלט דערפאר אסאך מער ווי דאס גאנצער איינקנופט פינעם פארפאלק?

מיטלגארטיגע פארדינער לייען זיך צוזאם איטליכע הינדרעט טויזענט טאלער אין נעמען זיך אינטער צו צאלן מארגעדזשעס וואס קומט אויס מער ווי א דריי פערטלעך פין זייער פארדינסטן אין לאזן זיך אריין אין שווערע חובות אן איבערלאזענדיג קיין שום שאנס צו קענען עטוואס אוועקלייגען פאר א רעגענדיג טאג, אדער חתונה מאכן א קינד אא״וו, אלעס כדי צי קענען צאלן קרוב צי א מיליון דולר פאר א הויז אין ברוקלין.

וואס אזוינס איז געשעהן מיט א קאמיוניטי פין נארמאלע מענטשן? וואספארא מין רוח האט אינז באנומען מיט אזא אכזריות אין לאזט נישט צו קיין שום לייזונג? ווער איז שילדיג די לענדלארס? רבנים? קהילות? די עשירים? ווער??

רבותי, די סיבה וואס האט אינז געברענגט צו די מצב איז נישט איינס, סאיז א קאמבינאציע פין אסאך זאכן וואס האט גורם געווען סיי יקרות אין דירות, אין סיי אינז געמאכט פאר געבינדענע אינוואלידן וואס קענען זיך בשום אופן זיך נישט העלפן.

כדי צי מסביר זיין לאמיר ציריק גיין צוויי דורות צירוק ווען אינזערע זיידעס זענען געקומען קיין אמעריקע פאר זעכציג יאר ציריק האט דאס שיף געאנקערט ביים בארטן פין נ״י סיטי אין על פי רוב זענען אימיגראנטן אפגעווארט געווארן ביי אגענטן פון לענדלארס אין פון פאבריקן זיי האבן געהאלפן די פרישע אימיגראנטן זיך סעטלען אין דעם געגנט, סאיז געווען זה נהנה וזה נהנה, דער אגענט האט באקומען קאמישאן דער אמיגראנט האט באקומען א ביליגער דירה אין דער פאבריק א ביליגער ארבעטער וואס האט נאכנישט געהאט קיינע השגות.

די שטאט איז אלעמאל געווען א שטארקע מארקעט פאר רענטאלס צילוב די אימיגראנטן וואס האבן אדער נישט געהאט קיין געלט צו קויפן אדער צילוב נאר טיילווייז זיך וועלן באזעצן אין די סיטי און זיי האבן געפלאנט אלטימעטלי זיך צו באזעצן אין אפסטעיט אדער אין אנדערע שטעט אין דארט וועלן זיי קויפן א הויז.

שכירות האט א לענדלאר קיינמאל נישט געטרויט זיך צו נעמען מער ווי א וואך געהאלט ווייל ער האט פשוט נישט באקומען מער, גערעסערע אין שענערע דירות אין בעסערע געגענטער האט געקאסט מער רענט אבער פארשטייט זיך אז די וואס האבן דאס געדינגען האבן אויך נאר באצאלט איין וואך געהאלט דערפאר, אין נאר ווייל זיי זענען געווען בעסערע פארדינער האבן זיי זיך דאס ערלויבט בדרך כלל האט קיין שום מענטש נישט געוואלט צאלן מער ווי א וואך געהאלט פאר רענט, די זעלבע האט א לענדלאר נישט געוואלט ארויסגעבן א דירה פאר קיינעם נאר אויב דער טענענט קען אויפווייזען אז איין וואך געהאלט צאלט א חודש רענט.

מענטשן האבן אין יענע צייטן געהאט גרויס רעספעקט פארן דאלער, אמעריקע איז נארוואס ארויסגעקומען פין א טיפער רעסעסיע, אין אימיגראנטן זענען אנטלאפן פין לענדער ווי זיי זענען געפלאגט געווארן מיט שווערע דחקות אין נויט, דעריבער האבן מענטשן נאר געקויפט זאכן וואס איז געווען דאס ביליגסטע מעגליך אין נאר געקויפט זאכן וואס מהאט זיך נישט געקענט באגיין אנדעם, אין די זעלבע צייט האט מען אוועקגעביגלט יעדעס דאלער,

מענטשן פון יענעם דור האבן זיך אוועקגעלייגט געניג געלט אין האבן אינוועסטירט אין שטארקע מארקעטס אין על פי רוב האבן זיי אלע אליינס חתונה געמאכט די קינדער, טיי אווענטס איז געווען מיוחד פאר רבנים פין קליינע בתי מדרשים סהאט נישט עקזעסטירט אזא זאך פין א טיי אווענט פאר א איד וואס ארבעט (נאר אין אויסנאמס פעלער אז סהאט זיך געמאכט א קרענק רח״ל) אזוי אויך האבן די אידן רעטייערט מיט א שיין ביסל מזומן וואס סאיז נאך איבערגעבליבן די והותר פאר די קינדער לאחר מאה ועשרים.

צו קענען פארשטיין ווי ווייט קאנסערוועטיוו אינזערע זיידעס זענען געווען מיט זייער געלט איז כדי צו קוקען אויף די פרייז צי קויפן א הויז אין די 1950s יארן איז געווען בערך זיבן טויזענט דולר, א נארמאלע פארדינער האט אין יענער צייט פארדינט בערך דריי טויזענט דולר א יאר, דאס מיינט אז מיט דריי יאר געהאלט האט מען געקענט קויפן א הויז, אין מענטשן האבן דעמאלט געזיצן אויף קעש פון בערך צען טויזענט דולר, זיי וואלטן בלי ספוק געקענט קויפן הייזער אן קיין מארטגעידש אבער פינדעסוועגן דאך האבן זיי זיך דאס נישט ערלויבט.

א קאר האט נאר געהאט דער וואס האט דאס געמוזט האבן פאר פרנסה אדער א גאר גרויסער גביר, מהאט נישט גענומען קיין ליעס אדער פיינענס, אז מהאט געהאט א קאר האט מען געקויפט אן אלטן אפגעניצטן אויטא אין שוין.

צייטן האבן זיך ליידער שטארק געטוישט, צוויי דורות שפעטער אין געלט איז געווארן א דזשאוק יעדעס פעפערל האט היינט דאס נייעסטער מאדעל קאר די בעסטע טייערסטע פאון, נישטא א יונגערמאן וואס פארמאגט נישט קיין סעלפאון נישט קיין חילוק אין וואספארא חובות מזינקט יעדער האט אין מוז פארמאגן אלעס וואס יענער האט, נישטא מער קיין רעספעקט פאר געלט.

די זעלבע איז מיט די זומער קאנטרי, געווען אידן האבן אויפגעהערט גיין ווען די בעלי בתים פין די קאלאניס האבן געהויבן די פרייז פון דריי הינדרעט צו פינעף הינדרעט דאלער, מאיז געבליבן אינדערהיים, די וואס זענען יא געגאנגן האבן נישט געדינגען קיין קאר, מהאט זיך צוזאמגעשטופט מיט חבירים אין איין סטעשאן וואגען, מהאט געלאזט דאס פרעסדיזש אין מאנהעטען אין מאיז געזיצן פאר דריי שעה ווי א נער אויסגעדרייט פארשעמט אינעם פארקערטן ריכטונג.

עטץ זאלטץ נישט ברוגז זיין פארוואס איך בין אזוי מעריך מיט דאס ״אמאל״ עס איז וויכטיג צו פארשטיין דעם קאנטראסט פין אמאל ביז היינט.

מיר זענען צוביסלעך געווארן מער אין מער עדיקטעט צו וועלן זיין איינגעטימער פון אלע אינזערע באדערפענישן נישט קיין חילוק וואס עס נעמט דאס צו באקומען, געלט איז נישט קיין פראבלעם, מוועט בארגען, גיין נאך געלט, מאכן טיי אווענטס, אנזעצן קרעיט קארדס,

אזוי ווייט איז שוין דער עדיקשאן אז מיר העלפן די וואס זענען שוין געפאלן א קרבן צו די עדיקשאן אנצוהאלטן דאס זעלבס-חורבנישן לעבנסשטייגער מיר מאכן זיכער יעדער זינקט איין צוזאמען אינעם גרוב, סזאל קיינער חלילה נישט פעלן..

דאס קינד האט חתונה בש״ט ער טאר חלילה נישט וואונען מיט פורניטשער וואס קימט פון מעסיס אדער אייקיע עס מוז קומען פון אטאליע אדער פראנקרייך, סמיז זיין געמאכט מיט די האנט פינעם טישלער (Handmade) חלילה נישט ניצן קיינע מאשינען, (דרילערס זענען נאר געמאכט פאר די סוכה) דאס טיש פינעם דיינונג רום מוז פארנעמען רוב פלאץ פונעם אזוי אויך קליינטשיג דירהלע, און דאס וואג פונעם טיש מוז זיין אזוינס אז מדארף צוזאמריפן דאס גאנצע משפחה מיט די שוואגערס צוזאמען דאס צו קענען א ריר טוהן פון פלאץ.

דער בעט מיז האבן א בעקספלעש וואס זאל זעצן צים שכן׳ס וואנט אריין אין אויפוועקן דעם מידן כולל יונגערמאן ביים יעדן דריי וואס מגיט.

א רחמנות איז צי קיקען אויף די אימגליקליכע מאווינג קאמפעניס וואס דארפן דאס שלעפן יעדע פאר חדשים צי אן אנדערע דירה נאכדעם וואס די לענדלארד ווארפט ארויס די פאר פאלק פון די דירה וויבאלד דאס דריי חדשים ליעס איז אפגעלאפן, די דרייסיג יעריגע פעסט געבויטע רוסישע גבורים זענען קיין שום מעטש צי די שווערע טשייניק קלאזעט וואס מהאט דעם קאפעל געצווינגן אריינלייגן די קענדי דישעס וואס די מימעס אין דריטע קאזינז האבן אזוי גיטהארציג דרשה געשאנקן צו די גליקליכע פארפאלק וואס וועלן דאס ניצן איינמאל אין צוואנציג יאר ווען באבי וועט קומען באזיכן נאכדעם וואס די קאפל וועט האבן קונא שביתה געווען ביי אן עמטליך דירה, ווי נישט ווי מברויך דאך האבן א פלאץ ווי צי לייגן די אלע העכערן מיט בשמים האלטערס נעפקין האלטערס אין אוודאי די צען טויזענט דאלערדיגע מנורה אויף וואס הינדרעטער מענטשן האבן זיך אנגעגעסן מיט סעסעמי טשיקן ביים טיי אווענט דער מחותן זאל פינקט ווי יעדעם קענען שיקן פארן זיסן חתן דאס מנורה דער קליינער כלהס ברידער האט דאך געמאכט אזא שיינער פויעם דערפאר.

אזוי זעהן מיר אויס היינט, סאיז ליידער א ביטער געלעכטער צו אבאכטען צו וואספארא נעבעכדיג מצב מיר האבן זיך דערקייקעלט.

דער דעת נשים האט גובר געווען, מיר זענען אמעריקאניזירט געווארן צי א מדריגה ווי דאס שפריך ווארט פין “ladies first” איז נישט נאר שולט בחיצון נאר אויך בפנימיות, דאס פרוי טראכט מיט אימאשאנס אין ניצט דאס צי מאכן באשליסן, עס איז זיי געלינגען זיך גובר זיין אויף די מענערישע מהלך המחשבה אז די מענער זאלן מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס טוהט זיי ציפרידן שטעלן.
למשל פינאנציעלע באשליסן באלאנגט געווענליך פארן מאן א פרוי ברויך זיך מבטל זיין פארן באשליס וואס דער מאן מאכט בנוגיע עקנאמישע ענינים, למעשה זענען היינטיגע מענער טרענירט געווארן צו מאכן נאר אזוינע באשליסן וואס דאס פרוי זיינע וועט גלייכן, די פרוי גלייכט ווען די טאכטער אדער זוהן אירע וואונט לעבן איר, פאר איר איז נישט קיין נפקה מינה וואס דאס קאסט, זי ווייסט איין זאך ״my daughter is going to live next to me” דער מאן וויל דאס אויך זייער שטארק אבער ער וואלט ווען גענומען אין באטראכט דאס עקאנאמישער מצב אין געמאכט א שכל הישרדיגער באשלוס, אבער דא קומט דאס פרוי אין מאכט אן היסטעריע ער איז דאך נישט בעל הבית זיין תפקיד איז צו שפריצן געלט עד כלות מנעמט נישטאמאל אין באטראכט וואס ער מירמעלט זיך דארט אינטער די נאז..

קיין רעספעקט פאר געלט איז נישטא, די פרויען זענען בעל הבית, יעדער מוז האבן אין טוהן אלעס וואס יענער טוהט, קיינער וויל נישט זיין א ״נעב״ די לענדלארדס אין דעוועלאפערס זענען נישט משוגע, זיי קענען נישט קומען צו זיך ווי גוט דער מצב האט זיך אויסגעשטעלט פאר זיי, די פרויערישער ציבור באגיסט זיי מיט געלט,

ווען א אלטער איד שטארבט ל״ע דער גוף איז נאך ווארעם, ס’ליגט נאך די שמיציגע טעלערס אין סונק, אין די משפחה פארהאנדעלט שוין מיט פאטענציאלע קאסטומערס פארן נארוואס ליידיג געווארענע דורה, ער קומט צו לויפן מיט זעק אנגעפילט מיט קעש, וואס זאל ער טוהן זיין ווייב פארלאנגט די קינדער מוזן וואוינען ווייטסטענס דריי בלאק פון איר נישט מער.

דער אינגערמאן וואס ארבעט פון זיבענע צופרי ביז אכטע באנאכט, אווערטיים, חגאות, חול המעוד, גייט נישט אין קאנטרי אא״וו, דער לענדלארד זיינע קען נישט קומען צו זיך פון גליקליכקייט אנהייב חודש ווען דער קרבן זיינער דערלאנגט אים אהין דאס גאנצער וועידזש זיינע ער דאנקט דעם רבוש״ע וואס האט אים צוגעשיקט אזא פיינער טענענט וואס באצאלט אזוי ערליך,

נעבעך דער אינגערמאן, פרישטאג עסט ער אין ראדני אינטען ביי די שטיבלאך, סאיז בחינם, נאכטמאל עסט ער שריים אין איין מאל א וואך ערלויבט ער זיך מקויפט טשיקן בייליק, ער לויפט צו יעדען כולל ערב ובוקר ווי ער פארדינט נאך א הינדרעטער א וואך מיט א טרופ איינמאל א יאר צו מקומות הקדושים ארום וויליאמסבורג, אבער דער לענדלארד זיינער איז א גרויסער בעל צדקה..

דער אינגערמאן בעהט זיך ביים ווייב לאמיר מאפן ארויס פון שטאט, אפשר מאנסי אדער ק״י ס’קאסט דארט מיט טויזענט דאלער ביליגער און ער באקומט א גרעסערע דירה מיט א לאנגע ליעס אין מדארף נישט וואנדערן מיט די שווערע איטאליש מעבל יעדע דריי חדשים צו אן אנדערע לעכל, זי וויל אבער נישט, זי זאגט אז דארט איז זייער בארונג, סאיז זייער שטיל סאיז נישט לעבעדיג, זי וויל וואינען לעבן אירע מאמע מיט אירע געשוויסטער וואס זי זעהט איינמאל יעדע צוויי וואכן, זי האט זייער ליעב צו גיין שאפונג אריבער די ברידש מיט די טרעין, לי עוויניו איז אויך נישט אוועקצומאכן ארפאצו וואקן פון איין עק צום אנדערן מיטן הערליכן שפאגעל נייעם באגעבא וועגאלע, ווער וועט קוקן אויף איר באגעבא אין די וועלדער פון מאנסי?

ווי נאך איז דא אזא גאס ווי לי עוויניו? אזא לעבהאפטיג פלאץ אזש סשטיפן זיך טויזענטער אויטא׳ס א גאנצן ליבן טאג הארגענען זיך איין אויטא מיטן צווייטן, יעדער כאפט זיך אריין אין פארענט פונעם קאר פאר זיך מווערט פליצים דארט פארוואנדעלט א מין מטורף, נארמאלע מענטשן ווערן מאמענטאל גרייט דארט אויף שפיכות דמים מיטן היט אנגעטוהן, מרייסט ארויס איינער פונעם אנדערן טייערע וויכטיגע חלקים פונעם קאר, יעדער וויל אנקומען קיין פלאשינג פארן צווייטן סאיז א רעיס ווער סקען שנעלער אנקימען, שחורים, רוסקיס, אזיאנע, פוילישע, מעקסיקאנע, קאר סערוויס דרייווער, נישט קיין נפקא מינה, ווי נאר מקומט אן אויף לי עוויניו הייבט זיך אן א רעשיג געפילדער א כעאס, דער רחמנות איז אייביג דער בארא פארקער באס, ער איז נעבעך אייביג דער שעיר לעזאזל בלייבט ער שטיין האלב שיעף ער פאפט ער ליארעמט קיינער הערט נישט גארנישט, ער איז פארלוירן אין א ים פון מיני ווענס אין סיטי באסעס וואס יעדער פראבירט אריינצושטיפן זיין קאר פאראויס, אלע האבן זיי ביים זייט זיצן א פרוי זי רעדט אויפן טעלפאון זי האט קיין אהנונג פון דעם געפילדער ארום איר אין אז איר מאן פירט יעצט אן אקטיווער מלחמה.

עס איז א נייער קולטור, דער ציל איז צו בלענדן מיט יעדען, א גרויס דגוש נישט צי זיין אנדערש, מיט א געמאסטענער פונקליכקייט, דער שייטל, דאס קלייד, די שיך, די פאקעט-בוק אלעס מיז בלענדן, די אויסנעמער ווערן שפעטער געוואר דאס פאטאלען טעות זיי האבן געמאכט מיטן טוהן אנדערש פון דעת הקהל, זיי האבן נישט געדארפט גיין מיט סניקערס אויף לי עוויניו, סניקערס גייען נאר באבעס אין עלטערע מידלעידזש, יעצט וויל זיך קיינער נישט משדך זיין מיט זייער טאפ מיידל, טא בעד נעקסט טיים גיי מיט לעדערנע שיך, סאיז נישט באקוועם? מאך אביסל מיט, וואס יעדער מאכט מיט, סאפער אביסל פאר די מאדעס וועט זיך יעדער רייסן זיך משדך זיין מיט דיר.

קיינער וויל נישט זיין קיין אויסנאם אין גיין וואינען א גאנץ יאר מיט ליטווישע גוים אין סאיט פאלסבורג, ער וועט זיך נישט קענען משדך זיין מיט פריעדמאן פון בעדפארד גארדענס, ווער דארף עמיצן וואס ווי א נעבעך וואונט ער א גאנץ יאר אליינס אין אפסטעיט, ער איז דאך דארפיש, וואס וועט די גאס זאגן, אלעס איז דאך פארן שידוך, דער הויכפונקט פין זיין לעבן ווען ער ווערט רעקאגנייזט פאר זיין אינוועסטמענט אין זיין פינקט ווי יעדען, אלע פלאגעניש, ווילדע נארישע געלט אויסגעבערייען צו בלענדען, ווערט יעצט אפיציעל אנערקענט.

image

אינעם ביהמ”ד איז דא א נייער ערל.
דער משמש לייגט אויף אים אסאך האפענונג, און ער ווייזט אים אלעס וואס ער ברויך וויסן, בעיקר די מקוה סיסטעם, ווי מען גיסט אריין די פלעשעלע קלארין, די פילטער שבת זייגער, ועוד.

עס איז פרייטאג נאכמיטאג, א געטרייע טאטע קומט און מקוה מיט זיינע 3 אינגלעך, יעדער מיט זיין בעג וועש, דער טאטע האלט די שעמפא מיט זיך, און די צווייטע בלויע בעג לייגט ער אויפן זייט ווייל דאס ברויך מען נאכן מקוה.

עס איז 2 שעה צום זמן, דער נייער ערל ארבייט פלייסיג, עס איז זיין ערשטע שבת, ער פרובירט צו געדענקען אלע דעטאלן וואס ער ברויך נאך טאן, אנשטעלן דעם פילטער שבת זייגער אנגרייטן דעם שמאלען טינקעלן פלעשל קעמיקאלן אריינצוגיסן פרייטאג נאכט פאר ער גייט אהיים.

דער משמש איז פארנומען צו סערווירן דעם עולם אין ענטפערט אויף אלע פראגן וואס די קאפ פארדרייערס האבן נישט געטראפן בעסער ווען צו פרעגן,  ער וויל שוין שפארן, ווען איינער קומט אריין מיט דריי פרישע אפגעבאדענע אינגלעך, ער זאגט דעם משמש אז איין בעג איז אים פארלוירן געגאנגען, אויב ער טרעפט דעם בלויען בעג מיט א שמאלע הויעכע באטל זאל ער אים לאזן וויסן.

דער משמש הערט אים קוים אויס מיט א האלבע אויער און זאגט יא, אוודאי.
א גוט שבת.

פרייטאג נאכט,  דער ערל רייניגט אויס די מקוה, ער זיכט אויף דעם פלעשל קעמיקאלן און שפריצט דאס אריין.

ס׳איז שבת גאר פרי, ר׳ בערל איז דא צוגאסט צוליב א שמחה, ער איז געוואונט צו גיין אין מקוה גאר פרי און דאווענען 7׳בענע,
ער יאגט זיך אריין צום מקוה, געשווינט דרייט ער אראפ דעם בארד, גלייכט אויס די פיאות, און שפאצירט אריין אינעם הייסן בור, אההה…. פיינע ווארעמע מקוה, אהההה, ער מאכט עס שנעל, ער יאגט זיך ארויס, ער ווישט זיך אפ, דעם בארד און פיאות רירט ער נישט צו אזוי ווי די הלכה איז, ער טוט זיך אן און גייט זיך וואשן די האנט און טרינקט א קאווע.

צען מינוט שפעטער זעהט ער אז עפעס איז נישט און ארדענונג…

פעסט פארווערט 3 שעה…

120 מענטשן זענען געווען אין מקוה, דער משמש שוימט פאר כעס! יעדער דרייט זיך ארום מיט הארטע פיאות און א האלצערנע בארד! וואס גייט דא פאר? וואס דער גוי ארייגעגאסן אינעם בור??

דער משמש לויפט ארויס מיט איין אימפעט צום ווינקל פונעם גאס ווי עס שטייט אפט א פאליציאנט. ער מוז ריפארטן דעם טעראריסטישן אינצידענט. אבער איין מינוט,  עפעס מחשבות לויפן אים אדורך אין געדאנק, ער זעהט א אינגערמאן מיט דריי זיסע אינגעלעך שפאצירן אריבער, דער משמש שטעלט זיי אפ און זאגט: אנשולדיגט, וואס האט איר פארלוירן פרייטאג אין מקוה?

אה, נישט געפערליך…

אבער וואס איז דאס?

א קליין פלעשעלע “דיפרי דא” . איר האט עס געטראפן?

דער משמש ענטפערט נישט, ער שטורעמט אריין אין בנין הבהימ”ד ער קען זיך קוים איינהאלטן דאס געלעכטער ווי יעדער שטייט מיט הארטע בארד אין פיאות… ער לויפט אראפ אין מקוה, און אט ווערט אים שווארץ פאר די אויגן! דער גוי האט בטעות גענומען דעם אינגערמאנ׳ס פלעשל…

—-
האלט האלט! גייט נישט אריין אין מקוה, עס איז דא דיפרי דא אין די וואסער!!!
——-

היצט שטעלט אייך פאר, ביי אייך אין ביהמ”ד ווי איר זעהט מענטשן וואס איר קענט שטיייען מאכטלאז מיט א הארטע בארד…

כחחחחחחחח………

 א פריייליכן אסרו חג שושן פורים 

Tag Cloud